1 און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 2 מאַך דיר צװײ זילבערנע טרומײטן; געהאַמערט זאָלסטו זײ מאַכן; און זײ זאָלן דיר זײַן פֿאַר צונױפֿרופֿן די עדה, און פֿאַר מאַכן ציִען די לאַגערן. 3 און אַז מע װעט בלאָזן אין זײ, זאָל זיך צונױפֿקומען צו דיר די גאַנצע עדה צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד. 4 און אױב מע װעט בלאָזן אין אײנעם, זאָלן זיך צונױפֿקומען צו דיר די פֿירשטן, די הױפּטלײַט פֿון די טױזנטן פֿון יִשׂרָאֵל. 5 און אַז איר װעט בלאָזן אַ שאַלרוף, זאָלן ציִען די לאַגערן װאָס לאַגערן צו מזרח. 6 און אַז איר װעט בלאָזן אַ צװײטן שאַלרוף, זאָלן ציִען די לאַגערן װאָס לאַגערן צו דָרום; אַ שאַלרוף זאָל מען בלאָזן פֿאַר זײערע ציִונגען. 7 אָבער בײַם אײַנזאַמלען די אײַנזאַמלונג זאָלט איר בלאָזן, אָבער נישט אַרױסלאָזן אַ שאַלרוף. 8 און אַהרֹנס זין, די כּהנים, זאָלן בלאָזן אין די טרומײטן; און דאָס זאָל אײַך זײַן פֿאַר אַן אײביקן געזעץ אױף אײַערע דור-דורות. 9 און אַז איר װעט גײן אױף מלחמה אין אײַער לאַנד אַקעגן דעם שׂונא װאָס דריקט אײַך, זאָלט איר שאַלן אין די טרומײטן, און איר װעט דערמאָנט װערן פֿאַר ה׳ אלוקיכם, און װעט געהאָלפֿן װערן פֿון אײַערע פֿײַנט. 10 און אין אײַער טאָג פֿון שׂימחה, און אין אײַערע יוֹם-טובֿים, און אין אײַערע ראָש-חודשן, זאָלט איר בלאָזן אין די טרומײטן אױף אײַערע בראַנדאָפּפֿער און אױף אײַערע פֿרידאָפּפֿער; און זײ װעלן אײַך זײַן צו אַ דערמאָנונג פֿאַר אלוקיכם; איך בין ה׳ אלוקיכם.
11 און עס איז געװען אין צװײטן יאָר, אין צװײטן חודש, אין צװאַנציקסטן טאָג פֿון חודש, האָט זיך אױפֿגעהױבן דער װאָלקן פֿון איבערן מישכּן פֿון צײגנים. 12 און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געצױגן אױף זײערע ציִונגען פֿון מדבר סינַי; און דער װאָלקן האָט גערוט אין מדבר פּאָרָן. 13 אַזױ האָבן זײ געצױגן צום ערשטן מאָל לױט דעם מױל פֿון ה׳ דורך משהן. 14 און צוערשט האָט געצױגן די פֿאָן פֿון דעם לאַגער פֿון די קינדער פֿון יהוּדה, לױט זײערע מחנות; און איבער זײַן מחנה איז געװען נַחשוֹן דער זון פֿון עַמינָדָבֿן. 15 און איבער דער מחנה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון יִשׂשָׂכָר, נתַנאֵל דער זון פֿון צוּעַרן. 16 און איבער דער מחנה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון זבֿולון, אֶליאָבֿ דער זון פֿון חֵלוֹנען. 17 און אַז דער מישכּן איז פֿונאַנדערגענומען געװאָרן, האָבן געצױגן די קינדער פֿון גֵרשוֹן, און די קינדער פֿון מרָרי, די טרעגער פֿון דעם מישכּן. 18 און עס האָט געצױגן די פֿאָן פֿון דעם לאַגער פֿון ראובֿן, לױט זײערע מחנות; און איבער זײַן מחנה איז געװען אֶליצור דער זון פֿון שדֵיאורן, 19 און איבער דער מחנה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון שמעון, שלומיאֵל דער זון פֿון צורישַדָין. 20 און איבער דער מחנה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון גָד, אֶליָסָף דער זון פֿון דְעואֵלן. 21 און עס האָבן געצױגן די קהָתים, די טרעגער פֿון די הײליקע זאַכן; און מע האָט אױפֿגעשטעלט דעם מישכּן אײדער זײ זײַנען געקומען. 22 און עס האָט געצױגן די פֿאָן פֿון דעם לאַגער פֿון די קינדער פֿון אפֿרים, לױט זײערע מחנות; און איבער זײַן מחנה איז געװען אֶלישָמָע דער זון פֿון עַמיהודן. 23 און איבער דער מחנה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון מנַשֶה, גַמליאֵל דער זון פֿון פּדָהצורן. 24 און איבער דער מחנה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון בנימין, אַבֿידָן דער זון פֿון גדעונין. 25 און עס האָט געצױגן די פֿאָן פֿון דעם לאַגער פֿון די קינדער פֿון דָן, די הינטערװאַך פֿון אַלע לאַגערן לױט זײערע מחנות; און איבער זײַן לאַגער איז געװען אַחיעֶזֶר דער זון פֿון עַמישַדָין. 26 און איבער דער מחנה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון אָשֵר, פּגעִיאֵל דער זון פֿון עָכרָנען. 27 און איבער דער מחנה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון נַפֿתָּלי, אַחירַע דער זון פֿון עֵינָנען. 28 דאָס זײַנען די ציִונגען פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל לױט זײערע מחנות; אַזױ האָבן זײ געצױגן.
29 און משה האָט געזאָגט צו חוֹבֿבֿ דעם זון פֿון רְעואֵל דעם מִדיָני, משהס שװער: מיר ציִען צו דעם אָרט װאָס ה׳ האָט געזאָגט: איך װעל אים געבן צו אײַך; קום מיט אונדז, און מיר װעלן דיך באַגיטיקן, װאָרעם ה׳ האָט צוגעזאָגט גוטס פֿאַר יִשׂרָאֵל. 30 האָט ער צו אים געזאָגט: איך װעל נישט גײן; נײַערט צו מײַן לאַנד און צו מײַן אָפּשטאַם װעל איך גײן. 31 האָט ער געזאָגט: זאָלסט אונדז נישט פֿאַרלאָזן, איך בעט דיך; דערפֿאַר װײַל דו װײסט װוּ מיר קענען לאַגערן אין מדבר, און װעסט אונדז זײַן פֿאַר אױגן. 32 און עס װעט זײַן, אַז דו װעסט גײן מיט אונדז, איז, פֿון דעם גוטס װאָס ה׳ װעט אונדז באַגיטיקן, װעלן מיר דיך באַגיטיקן.
33 און זײ האָבן געצױגן פֿון דעם באַרג פֿון ה׳ דרײַ טעג װעגס, און דער אָרון פֿון ג-טס ברית האָט געצױגן זײ פֿאַרױס דרײַ טעג װעגס, אױסצוזוכן פֿאַר זײ אַ רואָרט. 34 און דער װאָלקן פֿון ה׳ איז געװען איבער זײ בײַ טאָג, װען זײ האָבן געצױגן פֿון לאַגער. 35 און עס איז געװען, אַז דער אָרון האָט געצױגן, האָט משה געזאָגט: שטײ אױף, ה׳, און זאָלן צעשפּרײט װערן דײַנע פֿײַנט, און זאָלן אַנטלױפֿן דײַנע שָׂונאים פֿאַר דיר!
36 און אַז ער האָט גערוט, האָט ער געזאָגט: קער אײַן, ה׳, צו די צענטױזנטן פֿון די משפּחות פֿון יִשׂרָאֵל!