Publicidade

Números 33

מַסְעֵי

1 דאָס זײַנען די ציִונגען פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, װאָס זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון לאַנד מִצרַיִם לױט זײערע מחנות אונטער דער האַנט פֿון משהן און אַהרֹנען. 2 און משה האָט פֿאַרשריבן זײערע אַרױסגאַנגען אױף זײערע ציִונגען לױט דעם מױל פֿון ה׳; און דאָס זײַנען זײערע ציִונגען אין זײערע אַרױסגאַנגען:

3 זײ האָבן געצױגן פֿון רַעְמסֵס אין ערשטן חודש, אין פֿופֿצנטן טאָג פֿון ערשטן חודש; אױף מאָרגן נאָכן קָרבָּן-פֶּסַח זײַנען די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל אַרױסגעגאַנגען מיט אַ הױכער האַנט פֿאַר די אױגן פֿון גאַנץ מִצרַיִם, 4 בעת די מִצרַיִם האָבן געהאַלטן אין באַגראָבן די װאָס ה׳ האָט דערשלאָגן צװישן זײ – איטלעכן בכוֹר; און אױך אױף זײערע ג‑טער האָט ה׳ געטאָן אַ משפּט. 5 און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געצױגן פֿון רַעְמסֵס, און גערוט אין סוכּוֹת. 6 און זײ האָבן געצױגן פֿון סוכּוֹת, און גערוט אין אֵתָם װאָס בײַם עק מדבר. 7 און זײ האָבן געצױגן פֿון אֵתָם, און זיך אומגעקערט צו פּי-הַחירוֹת װאָס פֿאַר בַעַל-צפֿון, און גערוט פֿאַר מִגדוֹל. 8 און זײ האָבן געצױגן פֿון פּנֵי-הַחירוֹת, און זײַנען אַריבערגעגאַנגען דורכן ים צום מדבר; און זײ זײַנען געגאַנגען דרײַ טעג װעגס אין מדבר אֵתָם, און האָבן גערוט אין מָרָה.

9 און זײ האָבן געצױגן פֿון מָרָה, און זײַנען געקומען קײן אֵילִם; און אין אֵילִם זײַנען געװען צװעלף קװאַלן װאַסער און זיבעציק טײטלבײמער; און זײ האָבן דאָרטן גערוט. 10 און זײ האָבן געצױגן פֿון אֵילִם, און גערוט בײַם ים-סוףֿ. 11 און זײ האָבן געצױגן פֿון ים-סוףֿ, און גערוט אין מדבר סין. 12 און זײ האָבן געצױגן פֿון מדבר סין און גערוט אין דָפֿקָה. 13 און זײ האָבן געצױגן פֿון דָפֿקָה, און גערוט אין אָלוש. 14 און זײ האָבן געצױגן פֿון אָלוש, און גערוט אין רפֿידים; און דאָרטן איז נישט געװען קײן װאַסער פֿאַרן פֿאָלק צום טרינקען. 15 און זײ האָבן געצױגן פֿון רפֿידים, און גערוט אין מדבר סינַי. 16 און זײ האָבן געצױגן פֿון מדבר סינַי, און גערוט אין קִבֿרוֹת-הַתַּאֲוָה. 17 און זײ האָבן געצױגן פֿון קִבֿרוֹת-הַתַּאֲוָה, און גערוט אין חַצֵרוֹת. 18 און זײ האָבן געצױגן פֿון חַצֵרוֹת, און גערוט אין רִתמָה.

19 און זײ האָבן געצױגן פֿון רִתמָה, און גערוט אין רִמוֹן-פֶּרֶץ. 20 און זײ האָבן געצױגן פֿון רִמוֹן-פֶּרֶץ, און גערוט אין לִבֿנָה. 21 און זײ האָבן געצױגן פֿון לִבֿנָה, און גערוט אין רִסָה. 22 און זײ האָבן געצױגן פֿון רִסָה, און גערוט אין קהלָתה. 23 און זײ האָבן געצױגן פֿון קהלָתה, און גערוט בײַם באַרג שֶפֿר. 24 און זײ האָבן געצױגן פֿון באַרג שֶפֿר, און גערוט אין חַרָדָה. 25 און זײ האָבן געצױגן פֿון חַרָדָה, און גערוט אין מַקהלוֹת. 26 און זײ האָבן געצױגן פֿון מַקהלוֹת, און גערוט אין תַּחַת.

27 און זײ האָבן געצױגן פֿון תַּחַת, און גערוט אין תֶּרַח. 28 און זײ האָבן געצױגן פֿון תֶּרַח, און גערוט אין מִתקָה. 29 און זײ האָבן געצױגן פֿון מִתקָה, און גערוט אין חַשמוֹנָה. 30 און זײ האָבן געצױגן פֿון חַשמוֹנָה, און גערוט אין מוֹסֵרוֹת. 31 און זײ האָבן געצױגן פֿון מוֹסֵרוֹת, און גערוט אין בנֵי-יַעֲקָן. 32 און זײ האָבן געצױגן פֿון בנֵי-יַעֲקָן, און גערוט אין חוֹר-הַגִדגָד. 33 און זײ האָבן געצױגן פֿון חוֹר-הַגִדגָד, און גערוט אין יָטבֿה. 34 און זײ האָבן געצױגן פֿון יָטבֿה, און גערוט אין עַבֿרוֹנָה. 35 און זײ האָבן געצױגן פֿון עַבֿרוֹנָה, און גערוט אין עֶציוֹן-גֶבֶֿר. 36 און זײ האָבן געצױגן פֿון עֶציוֹן-גֶבֶֿר, און גערוט אין מדבר צִין, דאָס איז קָדֵש. 37 און זײ האָבן געצױגן פֿון קָדֵש, און גערוט בײַם באַרג הוֹר, אין עק פֿון לאַנד אֶדוֹם.

38 און אַהרֹן דער כּהן איז אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן באַרג הוֹר, לױט דעם מױל פֿון ה׳, און ער איז דאָרטן געשטאָרבן, אין דעם פֿערציקסטן יאָר נאָך דעם װי די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון לאַנד מִצרַיִם, אין פֿינפֿטן חודש, אין ערשטן טאָג פֿון חודש. 39 און אַהרֹן איז געװען הונדערט און דרײַ און צװאַנציק יאָר אַלט, װען ער איז געשטאָרבן אױפֿן באַרג הוֹר. 40 און דער כּנַעֲני, דער מלך פֿון עַרָד, װאָס איז געזעסן אין דָרום, אין לאַנד כּנַעַן, האָט געהערט װעגן דעם קומען פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל.

41 און זײ האָבן געצױגן פֿון באַרג הוֹר, און גערוט אין צַלמוֹנָה. 42 און זײ האָבן געצױגן פֿון צַלמוֹנָה, און גערוט אין פֿונוֹן. 43 און זײ האָבן געצױגן פֿון פֿונוֹן, און גערוט אין אוֹבֿוֹת. 44 און זײ האָבן געצױגן פֿון אוֹבֿוֹת, און גערוט אין עִיֵי-עַבֿרים, בײַם געמאַרק פֿון מוֹאָבֿ. 45 און זײ האָבן געצױגן פֿון עִיִים, און גערוט אין דיבֿוֹן-גָד. 46 און זײ האָבן געצױגן פֿון דיבֿוֹן-גָד, און גערוט אין עַלמוֹן-דִבֿלָתַיִם. 47 און זײ האָבן געצױגן פֿון עַלמוֹן-דִבֿלָתַיִם, און גערוט אין די בערג פֿון עַבֿרים, פֿאַר נבֿוֹ. 48 און זײ האָבן געצױגן פֿון די בערג פֿון עַבֿרים, און גערוט אין די פּלױנען פֿון מוֹאָבֿ בײַם יַרדן לעבן יריחוֹ. 49 און זײ האָבן גערוט בײַם יַרדן, פֿון בֵית-ישימוֹת ביז אָבֿל-שִטים אין די פּלױנען פֿון מוֹאָבֿ.

50 און ה׳ האָט גערעדט צו משהן אין די פּלױנען פֿון מוֹאָבֿ בײַם יַרדן לעבן יריחוֹ, אַזױ צו זאָגן: 51 רעד צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַז איר גײט אַריבער דעם יַרדן קײן לאַנד כּנַעַן, 52 זאָלט איר פֿאַרטרײַבן אַלע באַװױנער פֿון לאַנד פֿון פֿאַר אײַך, און איר זאָלט אונטערברענגען אַלע זײערע בילדער, און אַלע זײערע געגאָסענע געצן זאָלט איר אונטערברענגען, און אַלע זײערע בָמות זאָלט איר פֿאַרטיליקן. 53 און איר זאָלט פֿאַרנעמען דאָס לאַנד, און זיך באַזעצן דרינען, װאָרעם אײַך האָב איך געגעבן דאָס לאַנד, עס צו אַרבן. 54 און איר זאָלט אַרבן דאָס לאַנד דורך גורל, לױט אײַערע משפּחות; דעם מערערן זאָלט איר געבן מער נחלה, און דעם װינציקערן זאָלסטו געבן װינציקער נחלה. דאָרטן װוּ זײַן גורל װעט אױספֿאַלן, זאָל געהערן צו אים; לױט אײַערע פֿאָטערשטאַמען זאָלט איר אײַך אַרבן.

55 און אױב איר װעט נישט פֿאַרטרײַבן פֿון פֿאַר אײַך די באַװױנער פֿון לאַנד, װעלן די װאָס איר װעט איבערלאָזן פֿון זײ, זײַן פֿאַר דערנער אין אײַערע אױגן, און פֿאַר שטעכערס אין אײַערע זײַטן, און זײ װעלן אײַך דריקן אין דעם לאַנד װאָס איר זיצט דרינען. 56 און עס װעט זײַן, אַזױ װי איך האָב געדאַכט צו טאָן צו זײ, װעל איך טאָן צו אײַך.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-15_21-32-39-