1 און מִריָם און אַהרֹן האָבן גערעדט אױף משהן פֿון װעגן דער כּושישער װײַב װאָס ער האָט גענומען; װאָרעם ער האָט גענומען אַ כּושישע װײַב. 2 און זײ האָבן געזאָגט: צי בלױז נאָר מיט משהן האָט ה׳ גערעדט? האָט ער נישט אױך מיט אונדז גערעדט? און ה׳ האָט געהערט.
3 און דער מאַן משה איז געװען זײער אַן עָנָו, מער פֿון אַלע מענטשן װאָס אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד.
4 האָט ה׳ פּלוצלינג געזאָגט צו משהן און צו אַהרֹנען און צו מִריָמען: גײט איר דרײַ אַרױס צום אוֹהל-מוֹעד. זײַנען זײ דרײַ אַרױסגעגאַנגען. 5 און ה׳ האָט אַראָפּגענידערט אין אַ װאָלקנזײַל, און האָט זיך געשטעלט בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד, און האָט גערופֿן אַהרֹנען און מִריָמען. זײַנען זײ בײדע אַרױסגעגאַנגען. 6 און ער האָט געזאָגט: הערט אַקאָרשט צו מײַנע װערטער: אַז אַ נבֿיא איז דאָ בײַ אײַך, טו איך, ה׳, אין אַ זעונג זיך דערקענען צו אים; אין אַ חלום רעד איך מיט אים. 7 נישט אַזױ איז מײַן קנעכט משה; אין מײַן גאַנצן הױז איז ער באַגלױבט. 8 מױל צו מױל רעד איך מיט אים, און באַשײַמפּערלעך און נישט מיט רעטענישן, און די געשטאַלט פֿון ה׳ קוקט ער אָן. און װי אַזױ האָט איר נישט מורא געהאַט צו רעדן אױף מײַן קנעכט, אױף משהן? 9 און דער צאָרן פֿון ה׳ האָט געגרימט אױף זײ; און ער איז אַװעקגעגאַנגען. 10 און װי דער װאָלקן האָט זיך אָפּגעטאָן פֿון איבערן געצעלט, ערשט מִריָם איז מצוֹרע װײַס װי שנײ. און אַהרֹן האָט זיך אומגעקערט צו מִריָמען, ערשט זי איז מצוֹרע. 11 האָט אַהרֹן געזאָגט צו משהן: איך בעט דיך, מײַן האַר, זאָלסט נישט אַרױפֿטאָן אױף אונדז אַ זינד, װאָס מיר האָבן זיך באַנאַרישט און װאָס מיר האָבן געזינדיקט. 12 זאָל זי, איך בעט דיך, נישט זײַן אַזױ װי אַ טױטגעבאָרענער װאָס זײַן פֿלײש איז האַלב געגעסן װען ער גײט אַרױס פֿון זײַן מוטערס טראַכט. 13 און משה האָט געשריִען צו ה׳, אַזױ צו זאָגן: ג-ט, איך בעט דיך, הײל זי, איך בעט דיך. 14 האָט ה׳ געזאָגט צו משהן: אַז איר פֿאָטער װאָלט איר אין פּנים געשפּיגן, װאָלט זי זיך נישט געשעמט זיבן טעג? זאָל זי זײַן אײַנגעשלאָסן זיבן טעג אױסן לאַגער, און דערנאָך זאָל זי אַרײַנגענומען װערן.
15 איז מִריָם געװען אײַנגעשלאָסן אױסן לאַגער זיבן טעג; און דאָס פֿאָלק האָט נישט געצױגן ביז מִריָם איז אַרײַנגענומען געװאָרן. 16 און דערנאָך האָט דאָס פֿאָלק געצױגן פֿון חַצֵרוֹת, און זײ האָבן גערוט אין מדבר פּאָרָן.