1 און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, די גאַנצע עדה, זײַנען געקומען אין מדבר צִין, אין ערשטן חודש; און דאָס פֿאָלק איז געזעסן אין קָדֵש; און מִריָם איז דאָרטן געשטאָרבן, און איז דאָרטן באַגראָבן געװאָרן.
2 און די עדה האָט נישט געהאַט קײן װאַסער, און זײ האָבן זיך אײַנגעזאַמלט אַקעגן משהן און אַקעגן אַהרֹנען. 3 און דאָס פֿאָלק האָט זיך געקריגט מיט משהן, און זײ האָבן געזאָגט, אַזױ צו זאָגן: הלװאַי װאָלטן מיר אומגעקומען, װען אונדזערע ברידער זײַנען אומגעקומען פֿאַר ה׳! 4 און נאָך װאָס האָט איר געבראַכט די עדה פֿון ה׳ אין דעם דאָזיקן מדבר, אַז מיר און אונדזער פֿיך זאָלן דאָ אױסשטאַרבן? 5 און נאָך װאָס האָט איר אונדז אױפֿגעבראַכט פֿון מִצרַיִם, אונדז צו ברענגען אין דעם דאָזיקן שלעכטן אָרט, װאָס איז נישט אַן אָרט פֿון זאָמען, אָדער פֿײַגן, אָדער װײַנשטאָקן, אָדער מילגרױמען, און װוּ װאַסער צום טרינקען איז נישטאָ?
6 זײַנען משה און אַהרֹן אַװעקגעגאַנגען פֿון פֿאַר דער עדה צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד, און זײ זײַנען געפֿאַלן אױף זײער פּנים; און די פּראַכט פֿון ה׳ האָט זיך באַװיזן צו זײ. 7 און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 8 נעם דעם שטעקן, און זאַמל אײַן די עדה, דו און אַהרֹן דײַן ברודער, און איר זאָלט רעדן צום פֿעלדז פֿאַר זײערע אױגן, אַז ער זאָל אַרױסגעבן פֿון זיך װאַסער; און װעסט זײ אַרױסציען װאַסער פֿון פֿעלדז, און װעסט אָנטרינקען די עדה און זײער פֿיך. 9 האָט משה גענומען דעם שטעקן פֿון פֿאַר ה׳, אַזױ װי ער האָט אים באַפֿױלן. 10 און משה און אַהרֹן האָבן אײַנגעזאַמלט די עדה פֿאַר דעם פֿעלדז, און ער האָט צו זײ געזאָגט: הערט אַקאָרשט, איר װידערשפּעניקער, זאָלן מיר פֿון דעם דאָזיקן פֿעלדז אײַך אַרױסציען װאַסער? 11 און משה האָט אױפֿגעהױבן זײַן האַנט, און האָט געשלאָגן דעם פֿעלדז מיט זײַן שטעקן צװײ מאָל, און עס איז אַרױס אַ סך װאַסער, און די עדה און זײער פֿיך האָבן געטרונקען. 12 האָט ה׳ געזאָגט צו משהן און צו אַהרֹנען: װײַל איר האָט נישט געגלױבט אין מיר, מיך צו הײליקן פֿאַר די אױגן פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, דערום װעט איר נישט ברענגען די דאָזיקע עדה אין דעם לאַנד װאָס איך האָב זײ געגעבן. 13 דאָס איז דאָס װאַסער פֿון מריבֿה װוּ די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געקריגט אַקעגן ה׳, און ער איז געהײליקט געװאָרן צװישן זײ.
14 און משה האָט געשיקט שלוחים פֿון קָדֵש צו דעם מלך פֿון אֶדוֹם: אַזױ זאָגט דײַן ברודער יִשׂרָאֵל: דו װײסט אַל די מאַטערניש װאָס אונדז האָט געטראָפֿן; 15 װי אונדזערע עלטערן האָבן גענידערט קײן מִצרַיִם, און מיר זײַנען געזעסן אין מִצרַיִם פֿיל טעג, און די מִצרַיִם האָבן שלעכטס געטאָן אונדז און אונדזערע עלטערן; 16 און מיר האָבן געשריִען צו ה׳, און ער האָט געהערט אונדזער קֹול, און האָט געשיקט אַ מלאך, און אונדז אַרױסגעצױגן פֿון מִצרַיִם; און אָט זײַנען מיר אין קָדֵש, אַ שטאָט בײַם עק פֿון דײַן געמאַרק. 17 לאָז אונדז, איך בעט דיך, דורכגײן דורך דײַן לאַנד; מיר װעלן נישט דורכגײן דורך אַ פֿעלד אָדער דורך אַ װײַנגאָרטן, און מיר װעלן נישט טרינקען װאַסער פֿון אַ ברונעם; אױף דעם מלכס װעג װעלן מיר גײען; מיר װעלן זיך נישט אָפּנײַגן רעכטס אָדער לינקס, ביז װאַנען מיר װעלן דורכגײן דײַן געמאַרק. 18 האָט אֶדוֹם צו אים געזאָגט: זאָלסט נישט דורכגײן דורך מיר, װאָרעם מיטן שװערד װעל איך אַרױסגײן אַקעגן דיר. 19 האָבן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל צו אים געזאָגט: אױפֿן װעג װעלן מיר גײן, און אַז מיר װעלן טרינקען דײַן װאַסער, איך און מײַנע פֿיך, װעל איך געבן געצאָלט דערפֿאַר; עס איז דאָך גאָרנישט; לאָמיך בלױז דורכגײן אױף מײַנע פֿיס. 20 האָט ער געזאָגט: דו קענסט נישט דורכגײן. און אֶדוֹם איז אַרױסגעגאַנגען אַקעגן אים מיט פֿיל פֿאָלק, און מיט אַ שטאַרקער האַנט. 21 און אֶדוֹם האָט נישט געװאָלט לאָזן יִשׂרָאֵל דורכגײן דורך זײַן געמאַרק, און יִשׂרָאֵל האָט זיך אָפּגענײגט פֿון אים.
22 און זײ האָבן אַװעקגעצױגן פֿון קָדֵש; און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, די גאַנצע עדה, זײַנען אָנגעקומען צום באַרג הוֹר. 23 און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן און צו אַהרֹנען אױפֿן באַרג הוֹר, בײַם געמאַרק פֿון לאַנד אֶדוֹם, אַזױ צו זאָגן: 24 זאָל אַהרֹן אײַנגעזאַמלט װערן צו זײַן פֿאָלק; װאָרעם ער װעט נישט קומען אין דעם לאַנד װאָס איך האָב געגעבן צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, דערפֿאַר װאָס איר האָט װידערשפּעניקט מײַן מױל בײַם װאַסער פֿון מריבֿה. 25 נעם אַהרֹנען און זײַן זון אֶלעָזָרן, און ברענג זײ אַרױף אױפֿן באַרג הוֹר; 26 און טו אױס אַהרֹנען זײַנע קלײדער, און טו זײ אָן זײַן זון אֶלעָזָרן; און אַהרֹן זאָל אײַנגעזאַמלט װערן און שטאַרבן דאָרטן. 27 האָט משה געטאָן אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן; און זײ זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן באַרג הוֹר, פֿאַר די אױגן פֿון דער גאַנצער עדה. 28 און משה האָט אױסגעטאָן אַהרֹנען זײַנע קלײדער, און האָט זײ אָנגעטאָן זײַן זון אֶלעָזָרן. און אַהרֹן איז דאָרטן געשטאָרבן אױפֿן שפּיץ באַרג. און משה און אֶלעָזָר האָבן אַראָפּגענידערט פֿון באַרג. 29 און די גאַנצע עדה האָט געזען אַז אַהרֹן איז פֿאַרגאַנגען; און דאָס גאַנצע הױז פֿון יִשׂרָאֵל האָט באַװײנט אַהרֹנען דרײַסיק טעג.