Publicidade

Números 2

1 און ה׳ האָט גערעדט צו משהן און צו אַהרֹנען, אַזױ צו זאָגן:

2 איטלעכער בײַ זײַן פֿאָן, לױט די צײכנס פֿון זײערע פֿאָטערהײַזער, זאָלן לאַגערן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל; אַקעגנאיבער רונד אַרום דעם אוֹהל-מוֹעד זאָלן זײ לאַגערן. 3 און די װאָס לאַגערן אין מזרח צו זונאױפֿגאַנג זאָלן זײַן: די פֿאָן פֿון דעם לאַגער פֿון יהוּדה לױט זײערע מחנות, מיט דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון יהוּדה, נַחשוֹן דעם זון פֿון עַמינָדָבֿן, 4 און זײַן חיל – זײערע געצײלטע, פֿיר און זיבעציק טױזנט און זעקס הונדערט. 5 און די װאָס לאַגערן לעבן אים: שבֿט יִשׂשָׂכָר, מיט דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון יִשׂשָׂכָר, נתַנאֵל דעם זון פֿון צוּעַרן, 6 און זײַן חיל – זײַנע געצײלטע, פֿיר און פֿופֿציק טױזנט און פֿיר הונדערט; 7 שבֿט זבֿולון, מיט דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון זבֿולון, אֶליאָבֿ דעם זון פֿון חֵלוֹנען, 8 און זײַן חיל – זײַנע געצײלטע, זיבן און פֿופֿציק טױזנט און פֿיר הונדערט. 9 אַלע געצײלטע פֿון דעם לאַגער פֿון יהוּדה: הונדערט און אַכציק טױזנט און זעקס טױזנט און פֿיר הונדערט, לױט זײערע מחנות. זײ זאָלן ציִען צוערשט.

10 די פֿאָן פֿון דעם לאַגער פֿון ראובֿן זאָל זײַן צו דָרום, לױט זײערע מחנות, מיט דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון ראובֿן, אֶליצור דעם זון פֿון שדֵיאורן, 11 און זײַן חיל – זײַנע געצײלטע, זעקס און פֿערציק טױזנט און פֿינף הונדערט. 12 און די װאָס לאַגערן לעבן אים: שבֿט שמעון, מיט דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון שמעון, שלומיאֵל דעם זון פֿון צורישַדָין, 13 און זײַן חיל – זײערע געצײלטע, נײַן און פֿופֿציק טױזנט און דרײַ הונדערט; 14 און שבֿט גָד, מיט דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון גָד, אֶליָסָף דעם זון פֿון רְעואֵלן, 15 און זײַן חיל – זײערע געצײלטע, פֿינף און פֿערציק טױזנט און זעקס הונדערט און פֿופֿציק.

16 אַלע געצײלטע פֿון דעם לאַגער פֿון ראובֿן, הונדערט טױזנט און אײן און פֿופֿציק טױזנט און פֿיר הונדערט און פֿופֿציק, לױט זײערע מחנות. און זײ זאָלן ציִען די צװײטע.

17 און דער אוֹהל-מוֹעד, דער לאַגער פֿון די לוִיִים, זאָל ציִען אין מיטן פֿון די לאַגערן; אַזױ װי זײ רוען, אַזױ זאָלן זײ ציִען; איטלעכער אױף זײַן אָרט לױט זײערע פֿאָנעס.

18 די פֿאָן פֿון דעם לאַגער פֿון אפֿרים לױט זײער מחנות זאָל זײַן צו מערבֿ, מיט דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון אפֿרים, אֶלישָמָע דעם זון פֿון עַמיהודן, 19 און זײַן חיל – זײערע געצײלטע, פֿערציק טױזנט און פֿינף הונדערט. 20 און לעבן אים שבֿט מנַשֶה, מיט דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון מנַשֶה, גַמליאֵל דעם זון פֿון פּדָהצורן, 21 און זײַן חיל – זײערע געצײלטע, צװײ און דרײַסיק טױזנט און צװײ הונדערט; 22 און שבֿט בנימין, מיט דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון בנימין, אַבֿידָן דעם זון פֿון גדעונין, 23 און זײַן חיל – זײערע געצײלטע, פֿינף און דרײַסיק טױזנט און פֿיר הונדערט. 24 אַלע געצײלטע פֿון דעם לאַגער פֿון אפֿרים, הונדערט טױזנט און אַכט טױזנט און הונדערט, לױט זײערע מחנות. און זײ זאָלן ציִען די דריטע.

25 די פֿאָן פֿון דעם לאַגער פֿון דָן זאָל זײַן צו צפֿון, לױט זײערע מחנות, מיט דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון דָן, אַחיעֶזֶר דעם זון פֿון עַמישַדָין, 26 און זײַן חיל – זײערע געצײלטע, צװײ און זעכציק טױזנט און זיבן הונדערט. 27 און די װאָס לאַגערן לעבן אים: שבֿט אָשֵר, מיט דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון אָשֵר, פּגעִיאֵל דעם זון פֿון עָכרָנען, 28 און זײַן חיל – זײערע געצײלטע, אײן און פֿערציק טױזנט און פֿינף הונדערט; 29 און שבֿט נַפֿתָּלי, מיט דעם פֿירשט פֿון די קינדער פֿון נַפֿתָּלי, אַחירַע דעם זון פֿון עֵינָנען, 30 און זײַן חיל – זײערע געצײלטע, דרײַ און פֿופֿציק טױזנט און פֿיר הונדערט. 31 אַלע געצײלטע פֿון דעם לאַגער פֿון דָן, הונדערט טױזנט און זיבן און פֿופֿציק טױזנט און זעקס הונדערט. זײ זאָלן ציִען צולעצט לױט זײערע פֿאָנעס.

32 דאָס זײַנען די געצײלטע פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער; אַלע געצײלטע פֿון די לאַגערן, לױט זײערע מחנות, זײַנען געװען זעקס מאָל הונדערט טױזנט און דרײַ טױזנט און פֿינף הונדערט און פֿופֿציק. 33 אָבער די לוִיִים זײַנען נישט געצײלט געװאָרן צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל; אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן משהן.

34 און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געטאָן אַזױ װי אַלץ װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן משהן; אַזױ האָבן זײ גערוט לױט זײערע פֿאָנעס, און אַזױ האָבן זײ געצױגן, איטלעכער לױט זײַנע משפּחות, בײַ זײַן פֿאָטערהױז.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-15_21-32-39-