1 און די קינדער פֿון ראובֿן און די קינדער פֿון גָד האָבן געהאַט פֿיל פֿיך, זײער אַ סך, און זײ האָבן געזען דאָס לאַנד יַעְזֵר און דאָס לאַנד גִלעָד, ערשט דער אָרט איז אַן אָרט פֿאַר פֿיך. 2 זײַנען די קינדער פֿון גָד און די קינדער פֿון ראובֿן געקומען, און זײ האָבן געזאָגט צו משהן, און צו אֶלעָזָר דעם כּהן, און צו די פֿירשטן פֿון דער עדה, אַזױ צו זאָגן: 3 עַטָרוֹת, און דיבֿוֹן, און יַעְזֵר, און נִמרָה, און חֶשבוֹן, און אֶלעָלֵה, און שׂבֿם, און נבֿוֹ, און בעוֹן, 4 דאָס לאַנד װאָס ה׳ האָט געשלאָגן פֿאַר דער עדה פֿון יִשׂרָאֵל, איז אַ לאַנד פֿאַר פֿיך, און דײַנע קנעכט האָבן פֿיך. 5 און זײ האָבן געזאָגט: אױב מיר האָבן געפֿונען חֵן אין דײַנע אױגן, זאָל דאָס דאָזיקע לאַנד געגעבן װערן דײַנע קנעכט צום אײגנטום; זאָלסט אונדז נישט אַריבערפֿירן דעם יַרדן.
6 האָט משה געזאָגט צו די קינדער פֿון גָד און צו די קינדער פֿון ראובֿן: אײַערע ברידער זאָלן גײן אין מלחמה, און איר זאָלט זיצן דאָ? 7 און פֿאַר װאָס זאָלט איר אָפּקערן דאָס האַרץ פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל פֿון אַריבערצוגײן אין דעם לאַנד װאָס ה׳ האָט זײ געגעבן? 8 אַזױ האָבן געטאָן אײַערע עלטערן, װען איך האָב זײ געשיקט פֿון קָדֵש-ברנֵעַ אָנצוקוקן דאָס לאַנד. 9 װאָרעם זײ זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען ביזן טאָל אֶשכּוֹל, און האָבן אָנגעקוקט דאָס לאַנד, און זײ האָבן אָפּגעקערט דאָס האַרץ פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, נישט צו גײן אין דעם לאַנד, װאָס ה׳ האָט זײ געגעבן. 10 און דער צאָרן פֿון ה׳ האָט געגרימט אין יענעם טאָג, און ער האָט געשװאָרן, אַזױ צו זאָגן: 11 אױב די מענטשן װאָס זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען פֿון מִצרַיִם, פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, װעלן אָנזען די ערד, װאָס איך האָב צוגעשװאָרן צו אבֿרהמען, צו יִצחָקן, און צו יעקבֿן! װײַל זײ זײַנען נישט געגאַנגען געטרײַ נאָך מיר. 12 אַחוץ כָּלֵבֿ דער זון פֿון יפֿונֶהן, דער קנִזי, און יְהוֹשועַ דער זון פֿון נון, װײַל זײ זײַנען געגאַנגען געטרײַ נאָך ה׳. 13 און דער צאָרן פֿון ה׳ האָט געגרימט אױף יִשׂרָאֵל, און ער האָט זײ געמאַכט װאָגלען אין דער מדבר פֿערציק יאָר, ביז דער גאַנצער דור װאָס האָט געטאָן דאָס שלעכטס אין די אױגן פֿון ה׳, איז פֿאַרלענדט געװאָרן. 14 און אָט זײַט איר אױפֿגעשטאַנען אױף דעם אָרט פֿון אײַערע עלטערן, אַ געזינדל פֿון זינדיקע מענטשן, נאָך צוצולײגן צו דעם גרימצאָרן פֿון ה׳ אױף יִשׂרָאֵל. 15 װאָרעם אַז איר קערט זיך אָפּ פֿון הינטער אים, װעט ער זײ װידער לאָזן אין דער מדבר, און איר װעט אומברענגען דאָס דאָזיקע גאַנצע פֿאָלק.
16 האָבן זײ גענענט צו אים, און האָבן געזאָגט: שאָפֿגעהעפֿטן פֿאַר אונדזער פֿיך װעלן מיר דאָ בױען, און שטעט פֿאַר אונדזערע קלײנע קינדער. 17 אָבער מיר אַלײן װעלן זײַן גרײט באַװאָפֿנט פֿאַרױס פֿאַר די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, ביז װאַנען מיר האָבן זײ געבראַכט אױף זײער אָרט; און אונדזערע קלײנע קינדער װעלן זיצן אין די באַפֿעסטיקטע שטעט פֿון װעגן די באַװױנער פֿון לאַנד. 18 מיר װעלן זיך נישט אומקערן אין אונדזערע הײַזער, ביז די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל אַרבן איטלעכער זײַן אַרבונג. 19 װאָרעם מיר װעלן נישט אַרבן מיט זײ אױף יענער זײַט יַרדן און װײַטער, װײַל אונדז איז אָנגעקומען אונדזער אַרבונג אױף דער זײַט יַרדן, צו מזרח.
20 האָט משה צו זײ געזאָגט: אױב איר װעט טאָן די דאָזיקע זאַך, אױב איר װעט אײַך באַװאָפֿענען פֿאַר ה׳ס אָנגעזיכט אױף מלחמה, 21 און אַלע באַװאָפֿנטע פֿון אײַך װעלן אַריבערגײן דעם יַרדן פֿאַר ה׳ס אָנגעזיכט, ביז ער פֿאַרטרײַבט זײַנע פֿײַנט פֿון פֿאַר אים, 22 און דאָס לאַנד װעט באַצװוּנגען װערן פֿאַר ג-טס אָנגעזיכט, און איר װעט זיך דערנאָך אומקערן, װעט איר זײַן רײן פֿאַר ה׳ און פֿאַר יִשׂרָאֵל, און דאָס דאָזיקע לאַנד װעט אײַך זײַן צום אײגנטום פֿאַר ה׳. 23 אױב אָבער איר װעט אַזױ נישט טאָן, אַזױ האָט איר געזינדיקט פֿאַר ה׳, און זײַט װיסן אײַערע שטראָף װאָס װעט אײַך טרעפֿן. 24 בױט אײַך שטעט פֿאַר אײַערע קלײנע קינדער, און געהעפֿטן פֿאַר אײַערע שאָף, אָבער װאָס איז אַרױס פֿון אײַער מױל זאָלט איר טאָן.
25 האָבן די קינדער פֿון גָד און די קינדער פֿון ראובֿן געזאָגט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: דײַנע קנעכט װעלן טאָן אַזױ װי מײַן האַר באַפֿעלט. 26 אונדזערע קלײנע קינדער, אונדזערע װײַבער, אונדזער פֿיך, און אַלע אונדזערע בהמות, װעלן זײַן דאָרטן אין די שטעט פֿון גִלעָד; 27 אָבער דײַנע קנעכט, איטלעכער באַװאָפֿנטער צום חיל, װעלן אַריבערגײן פֿאַר ה׳ס אָנגעזיכט אױף מלחמה, אַזױ װי מײַן האַר רעדט.
28 און משה האָט באַפֿױלן װעגן זײ אֶלעָזָר דעם כּהן, און יְהוֹשועַ דעם זון פֿון נון, און די הױפּטלײַט פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון די שבֿטים פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, 29 און משה האָט צו זײ געזאָגט: אױב די קינדער פֿון גָד און די קינדער פֿון ראובֿן, איטלעכער באַװאָפֿנטער אױף מלחמה, װעלן אַריבערגײן מיט אײַך דעם יַרדן פֿאַר ה׳ס אָנגעזיכט, און דאָס לאַנד װעט באַצװוּנגען װערן פֿאַר אײַער אָנגעזיכט, זאָלט איר זײ געבן דאָס לאַנד גִלעָד צום אײגנטום.
30 אױב אָבער זײ װעלן נישט אַריבערגײן באַװאָפֿנט מיט אײַך, זאָלן זײ קריגן אײגנטום צװישן אײַך אין לאַנד כּנַעַן.
31 האָבן זיך אָפּגערופֿן די קינדער פֿון גָד און די קינדער פֿון ראובֿן, אַזױ צו זאָגן: װאָס ה׳ האָט גערעדט צו דײַנע קנעכט, אַזױ װעלן מיר טאָן. 32 מיר װעלן אַריבערגײן באַװאָפֿנטע פֿאַר ה׳ס געזיכט, אין לאַנד כּנַעַן, און דאָס אײגנטום פֿון אונדזער נחלה פֿון דער זײַט יַרדן זאָל בלײַבן בײַ אונדז.
33 און משה האָט זײ, די קינדער פֿון גָד און די קינדער פֿון ראובֿן און דעם האַלבן שבֿט פֿון מנַשֶה דעם זון פֿון יוֹספֿן, געגעבן דאָס קיניגרײַך פֿון סיחון דעם מלך פֿון אֶמוֹרי, און דאָס קיניגרײַך פֿון עוֹג דעם מלך פֿון בָשָן, דאָס לאַנד לױט אירע שטעט מיט די געמאַרקן, די שטעט פֿון דעם לאַנד רונד אַרום. 34 און די קינדער פֿון גָד האָבן אָפּגעבױט דיבֿוֹן, און עַטָרוֹת, און עַרוֹעֵר, 35 און עַטרוֹת-שוֹפֿן, און יַעְזֵר, און יָגבהָה, 36 און בֵית-נִמרָה, און בֵית-הָרָן; באַפֿעסטיקטע שטעט מיט געהעפֿטן פֿאַר שאָף.
37 און די קינדער פֿון ראובֿן האָבן אָפּגעבױט חֶשבוֹן, און אֶלעָלֵא, און קִריָתַיִם, 38 און נבֿוֹ, און בַעַל-מְעוֹן – מיט אומגעביטענע נעמען – און שִׂבֿמָה; און זײ האָבן אָנגערופֿן מיט נעמען די שטעט װאָס זײ האָבן אָפּגעבױט. 39 און די קינדער פֿון מָכיר דעם זון פֿון מנַשֶהן זײַנען געגאַנגען קײן גִלעָד, און זײ האָבן עס באַצװוּנגען, און האָבן פֿאַרטריבן דעם אֶמוֹרי װאָס דרינען. 40 און משה האָט געגעבן גִלעָד צו מָכיר דעם זון פֿון מנַשֶהן, און ער האָט זיך באַזעצט דרינען. 41 און יָאיר דער זון פֿון מנַשֶהן איז געגאַנגען און האָט באַצװוּנגען זײערע דערפֿער, און ער האָט זײ גערופֿן חַווֹת-יָאיר. 42 און נוֹבֿח איז געגאַנגען און האָט באַצװוּנגען קנָת מיט אירע טעכטערשטעט; און ער האָט זי גערופֿן נוֹבֿח אױף זײַן נאָמען.