Publicidade

Números 18

1 און ה׳ האָט געזאָגט צו אַהרֹנען: דו און דײַנע זין און דאָס הױז פֿון דײַן פֿאָטער מיט דיר, זאָלט טראָגן די זינד פֿון דעם הײליקטום, און דו און דײַנע זין מיט דיר זאָלט טראָגן די זינד פֿון אײַער כּהונה. 2 און אױך דײַנע ברידער, דעם שטאַם לֵוִי, דעם שבֿט פֿון דײַן פֿאָטער, מאַך גענענען מיט דיר, און זײ זאָלן זײַן באַהעפֿט צו דיר, און דיך באַדינען; און דו און דײַנע זין מיט דיר זאָלט זײַן פֿאַר דעם געצעלט פֿון צײגנים. 3 און זײ זאָלן היטן דײַן היטונג, און די היטונג פֿון גאַנצן געצעלט, אָבער צו די הײליקע כּלים און צום מזבח זאָלן זײ נישט גענענען, כּדי זײ זאָלן נישט שטאַרבן, אי זײ אי איר. 4 און זײ זאָלן זײַן באַהעפֿט צו דיר, און היטן די היטונג פֿון אוֹהל-מוֹעד בײַ איטלעכן דינסט פֿון געצעלט; און אַ פֿרעמדער זאָל נישט גענענען צו אײַך. 5 און איר זאָלט היטן די היטונג פֿון הײליקטום, און די היטונג פֿון מזבח, כּדי עס זאָל מער נישט זײַן אַ צאָרן אױף די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 6 און איך, זע, האָב גענומען אײַערע ברידער די לוִיִים פֿון צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל; אײַך אַ מתּנה זײַנען זײ געגעבן פֿאַר ה׳, צו דינען דעם דינסט פֿון אוֹהל-מוֹעד. 7 און דו און דײַנע זין מיט דיר זאָלט אָפּהיטן אײַער כּהונה בײַ איטלעכער זאַך פֿון מזבח און אינעװײניק פֿון פּרוֹכֶת, און טאָן דעם דינסט; אַ דינסט פֿאַר אַ מתּנה גיב איך אײַך די כּהונה, און דער פֿרעמדער, װאָס גענענט, זאָל געטײט װערן.

8 און ה׳ האָט גערעדט צו אַהרֹנען: און איך, זע, האָב דיר געגעבן די היטונג פֿון מײַנע אָפּשײדונגען; פֿון אַלע געהײליקטע זאַכן פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָב איך זײ געגעבן פֿאַר אַ חלק צו דיר און צו דײַנע קינדער פֿאַר אַן אײביקן רעכט. 9 דאָס זאָל געהערן צו דיר פֿון די הײליקסטע הײליקײטן, פֿון די פֿײַעראָפּפֿער: אַלע זײערע קָרְבֳנוֹת, פֿון אַלע זײערע שפּײַזאָפּפֿער, און פֿון אַלע זײערע זינדאָפּפֿער, און פֿון אַלע זײערע שולדאָפּפֿער, װאָס זײ צאָלן אָפּ צו מיר; אַ הײליקסטע הײליקײט איז דאָס, פֿאַר דיר און פֿאַר דײַנע קינדער. 10 אַזױ אַ הײליקסטן זאָלסטו עס עסן; איטלעכער מאַנספּאַרשױן מעג עס עסן; הײליק זאָל עס זײַן פֿאַר דיר. 11 און דאָס געהערט צו דיר: די אָפּשײדונג פֿון זײער גאָב בײַ אַלע אױפֿהײבונגען פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל; צו דיר האָב איך זײ געגעבן, און צו דײַנע זין און צו דײַנע טעכטער מיט דיר, פֿאַר אַן אײביקן רעכט; איטלעכער װאָס איז רײן אין דײַן הױז מעג עס עסן. 12 אַל דאָס בעסטע פֿון אײל, און אַל דאָס בעסטע פֿון װײַן און תּבֿואה, דאָס ערשטע דערפֿון װאָס זײ גיבן צו ה׳, דאָס האָב איך געגעבן צו דיר. 13 די ערשטצײַטיקע פֿון אַלץ װאָס אין זײער לאַנד, װאָס זײ ברענגען צו ה׳, זאָלן געהערן צו דיר; איטלעכער װאָס איז רײן אין דײַן הױז מעג עס עסן. 14 איטלעכע חרם-זאַך אין יִשׂרָאֵל זאָל געהערן צו דיר. 15 איטלעכס װאָס עפֿנט דעם טראַכט, פֿון יעטװעדער באַשעפֿעניש װאָס מע ברענגט צו ה׳, פֿון אַ מענטשן און פֿון אַ בהמה, זאָל געהערן צו דיר; אָבער אױסלײזן זאָלסטו לאָזן אױסלײזן דעם בכוֹר פֿון אַ מענטשן; אױך דעם בכוֹר פֿון אַן אומרײנער בהמה זאָלסטו לאָזן אױסלײזן. 16 און זײער אױסלײז – פֿון אַ חודש אַלט זאָלסטו לאָזן אױסלײזן – זאָל זײַן לױט דײַן שאַצונג, פֿינף שֶקל זילבער, אױפֿן הײליקן שֶקל, דאָס איז צװאַנציק גֵרָה. 17 אָבער אַ בכוֹר פֿון אַ רינד, אָדער אַ בכוֹר פֿון אַ שעפּס, אָדער אַ בכוֹר פֿון אַ ציג, טאָרסטו נישט לאָזן אױסלײזן; זײ זײַנען הײליק. זײער בלוט זאָלסטו שפּרענגען אױפֿן מזבח, און זײער פֿעטס זאָלסטו דעמפֿן פֿאַר אַ פֿײַעראָפּפֿער, פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו ה׳. 18 און זײער פֿלײש זאָל געהערן צו דיר; אַזױ װי די ברוסט פֿון אױפֿהײבונג, און אַזױ װי דער רעכטער שענקל, זאָל עס געהערן צו דיר. 19 אַלע אָפּשײדונגען פֿון די הײליקע זאַכן װאָס די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל שײדן אָפּ צו ה׳, האָב איך געגעבן צו דיר און צו דײַנע זין און צו דײַנע טעכטער מיט דיר, פֿאַר אַן אײביקן רעכט; אַן אײביקער ברית פֿון זאַלץ איז דאָס פֿאַר ה׳, דיר און דײַן זאָמען מיט דיר.

20 און ה׳ האָט געזאָגט צו אַהרֹנען: אין זײער לאַנד זאָלסטו נישט אַרבן, און קײן חלק זאָלסטו נישט האָבן צװישן זײ; איך בין דײַן חלק און דײַן נחלה צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 21 און צו די קינדער פֿון לֵוִי, זע, האָב איך געגעבן יעטװעדער מעשׂר אין יִשׂרָאֵל פֿאַר אַן אַרב, פֿאַר זײער דינסט װאָס זײ דינען, דעם דינסט פֿון אוֹהל-מוֹעד. 22 און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זאָלן מער נישט גענענען צום אוֹהל-מוֹעד, צו טראָגן אַ חטא און שטאַרבן. 23 נײַערט דער לֵוִי, ער זאָל דינען דעם דינסט פֿון אוֹהל-מוֹעד; און זײ זאָלן טראָגן זײער זינד; אַן אײביק געזעץ אױף זײערע דור-דורות. און צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זאָלן זײ נישט אַרבן קײן אַרבונג. 24 װאָרעם דעם מעשׂר פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, װאָס זײ שײדן אָפּ פֿאַר אַן אָפּשײדונג צו ה׳, האָב איך געגעבן צו די לוִיִים פֿאַר אַן אַרבונג; דערום האָב איך װעגן זײ געזאָגט: צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זאָלן זײ נישט אַרבן קײן אַרבונג.

25 און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 26 און צו די לוִיִים זאָלסטו רעדן, און זאָגן צו זײ: אַז איר װעט נעמען פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל דעם מעשׂר װאָס איך האָב אײַך געגעבן פֿון זײ פֿאַר אײַער אַרבונג, זאָלט איר אָפּשײדן דערפֿון אַן אָפּשײדונגן צו ה׳, מעשׂר פֿון דעם מעשׂר. 27 און אײַער אָפּשײדונג װעט אײַך גערעכנט װערן אַזױ װי די תּבֿואה אױסן דרעש-שײַער, און װי די שֶפֿע אױסן קעלטער. 28 אַזױ זאָלט איר אױך אָפּשײדן די אָפּשײדונג פֿון ה׳ פֿון אַלע אײַערע מעשׂרס, װאָס איר װעט נעמען פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און איר זאָלט געבן דערפֿון די אָפּשײדונג פֿון ה׳ צו אַהרֹן דעם כּהן. 29 פֿון אַלץ װאָס װערט אײַך געגעבן זאָלט איר אָפּשײדן די גאַנצע אָפּשײדונג פֿון ה׳, פֿון אַלעם בעסטן דערפֿון, דאָס הײליקע פֿון דעם. 30 און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַז איר שײדט אָפּ פֿון דעם דאָס בעסטע דערפֿון, זאָל עס גערעכנט װערן די לוִיִים אַזױ װי דער אײַנטראָג פֿון דרעש-שײַער, און אַזױ װי דער אײַנטראָג פֿון קעלטער.

31 און איר מעגט עס עסן אין יעטװעדער אָרט, איר און אײַער הױזגעזינט, װאָרעם דאָס איז אײַך אַ לױן פֿאַר אײַער דינסט אין אוֹהל-מוֹעד. 32 און איר װעט נישט טראָגן װעגן דעם אַ זינד, װען איר שײדט אָפּ פֿון דעם דאָס בעסטע דערפֿון. און איר זאָלט נישט פֿאַרשװעכן די הײליקײטן פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, כּדי איר זאָלט נישט שטאַרבן.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-15_21-32-39-