1 און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 2 רעד צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַז איר װעט קומען אין דעם לאַנד פֿון אײַער באַזעצונג װאָס איך גיב אײַך, 3 און איר װעט מאַכן אַ פֿײַעראָפּפֿער צו ה׳, אַ בראַנדאָפּפֿער אָדער אַ שלאַכטאָפּפֿער, לױט אַ קלאָר אַרױסגערעדטן נדר, אָדער װי אַ פֿרײַװיליקע נדבֿות, אָדער אין אײַערע יוֹם-טובֿים, כּדי צו מאַכן אַ געשמאַקן ריח צו ה׳, פֿון רינדער אָדער פֿון שאָף, 4 זאָל דער װאָס ברענגט זײַן קָרבָּן צו ה׳, ברענגען אַ שפּײַזאָפּפֿער פֿון אַ צענטל אֵיפֿה זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אַ פֿערטל הין אײל; 5 און װײַן פֿאַר אַ גיסאָפּפֿער, אַ פֿערטל הין, זאָלסטו מאַכן מיטן בראַנדאָפּפֿער אָדער צום שלאַכטאָפּפֿער, פֿאַר איטלעכן שעפּס. 6 אױב צו אַ װידער, זאָלסטו מאַכן אַ שפּײַזאָפּפֿער פֿון צװײ צענטל זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל אַ דריטל הין; 7 און װײַן פֿאַר אַ גיסאָפּפֿער, אַ דריטל הין, זאָלסטו ברענגען פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו ה׳. 8 און אַז דו װעסט מאַכן אַ יונג רינד פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער אָדער אַ שלאַכטאָפּפֿער, לױט אַ קלאָר אַרױסגערעדטן נדר, אָדער פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער צו ה׳, 9 זאָל מען ברענגען מיטן יונגן רינד אַ שפּײַזאָפּפֿער פֿון דרײַ צענטל זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל אַ האַלבן הין; 10 און װײַן זאָלסטו ברענגען פֿאַר אַ גיסאָפּפֿער אַ האַלבן הין, אַ פֿײַעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו ה׳. 11 אַזױ זאָל געטאָן װערן צו איטלעכן אָקס, אָדער צו איטלעכן װידער, אָדער צו אַ לאַם פֿון שעפּסן אָדער פֿון ציגן. 12 װי נאָך דער צאָל װאָס איר װעט מאַכן; אַזױ זאָלט איר טאָן צו איטלעכן, לױט זײער צאָל. 13 יעטװעדער אײַנגעבאָרענער זאָל אַזױ מאַכן די דאָזיקע, בײַם ברענגען אַ פֿײַעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו ה׳. 14 און אַז בײַ אײַך װעט זיך אױפֿהאַלטן אַ פֿרעמדער, אָדער װער נאָר עס װעט זײַן צװישן אײַך, אין אײַערע דור-דורות, און ער װעט מאַכן אַ פֿײַעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו ה׳, זאָל ער טאָן אַזױ װי איר טוט. 15 קהל! אײן געזעץ זאָל זײַן פֿאַר אײַך און פֿאַר דעם פֿרעמדן װאָס האַלט זיך אױף, אַן אײביק געזעץ אױף אײַערע דור-דורות; װי איר, אַזױ זאָל זײַן דער פֿרעמדער פֿאַר ה׳. 16 אײן תּורה און אײן דין זאָל זײַן פֿאַר אײַך און פֿאַר דעם פֿרעמדן װאָס האַלט זיך אױף בײַ אײַך.
17 און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 18 רעד צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַז איר קומט אין דעם לאַנד װאָס איך ברענג אײַך אַהין, 19 איז, אַז איר עסט פֿון דעם ברױט פֿון לאַנד, זאָלט איר אָפּשײדן אַן אָפּשײדונג צו ה׳. 20 דאָס ערשטע פֿון אײַערע טײגמולטערס זאָלט איר אָפּשײדן אַ חלה פֿאַר אַן אָפּשײדונג; װי די אָפּשײדונג פֿון דרעש-שײַער, אַזױ זאָלט איר עס אָפּשײדן. 21 פֿון דעם ערשטן פֿון אײַערע טײגמולטערס זאָלט איר געבן אַן אָפּשײדונג צו ה׳ אױף אײַערע דור-דורות.
22 און אַז איר װעט פֿאַרזען, און איר װעט נישט טאָן אַלע די דאָזיקע געבאָט װאָס ה׳ האָט אָנגעזאָגט משהן, 23 אַלץ װאָס ה׳ האָט אײַך באַפֿױלן דורך משהן, פֿון דעם טאָג װאָס ה׳ האָט עס באַפֿױלן און װײַטער, אױף אײַערע דור-דורות, 24 איז, אױב עס איז, פֿאַרהױלן פֿון די אױגן פֿון דער עדה, געטאָן געװאָרן דורך אַ פֿאַרזע, זאָל די גאַנצע עדה מאַכן אײן יונגן אָקס פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער, פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו ה׳, מיט זײַן שפּײַזאָפּפֿער און זײַן גיסאָפּפֿער, אַזױ װי דער דין; און אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער. 25 און דער כּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף דער גאַנצער עדה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זײ זאָל פֿאַרגעבן װערן, װײַל אַ פֿאַרזע איז דאָס, און זײ האָבן געבראַכט זײער קָרבָּן, אַ פֿײַעראָפּפֿער צו ה׳, און זײער זינדאָפּפֿער פֿאַר ה׳, פֿאַר זײער פֿאַרזע. 26 און דער גאַנצער עדה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און דעם פֿרעמדן װאָס האַלט זיך אױף צװישן זײ, װעט פֿאַרגעבן װערן, װאָרעם בײַ דעם גאַנצן פֿאָלק איז דאָס געװען דורך אַ פֿאַרזע.
27 אױב אָבער אַן אײנצלנער מענטש װעט זינדיקן דורך אַ פֿאַרזע, זאָל ער ברענגען אַ יאָריקע ציג פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער. 28 און דער כּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף דעם מענטשן װאָס פֿאַרזעט, װען ער זינדיקט דורך אַ פֿאַרזע פֿאַר ה׳; כּדי מכַפּר צו זײַן אױף אים, אַז אים זאָל פֿאַרגעבן װערן. 29 פֿאַר דעם אײַנגעבאָרענעם צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און פֿאַר דעם פֿרעמדן װאָס האַלט זיך אױף צװישן זײ – אײן געזעץ זאָל זײַן בײַ אײַך פֿאַר דעם װאָס טוט עפּעס דורך אַ פֿאַרזע.
30 אָבער דער מענטש װאָס טוט מיט אַ הױכער האַנט, פֿון די אײַנגעבאָרענע, אָדער פֿון די פֿרעמדע, לעסטערט ער ה׳, און יענע זעל זאָל פֿאַרשניטן װערן פֿון צװישן איר פֿאָלק. 31 װאָרעם דאָס װאָרט פֿון ה׳ האָט ער פֿאַראַכט, און זײַן געבאָט האָט ער פֿאַרשטערט; פֿאַרשניטן מוז פֿאַרשניטן װערן יענע זעל, איר זינד איז אױף איר.
32 און װען די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען געװען אין דער מדבר, האָבן זײ געפֿונען אַ מאַן קלײַבנדיק האָלץ אום שבת. 33 האָבן די װאָס האָבן אים געפֿונען קלײַבנדיק האָלץ, אים געבראַכט צו משהן און צו אַהרֹנען און צו דער גאַנצער עדה. 34 און מע האָט אים אַרײַנגעזעצט אין װאַך, װאָרעם עס איז נישט באַשײדט געװאָרן װאָס אים זאָל געטאָן װערן. 35 האָט ה׳ געזאָגט צו משהן: טײטן זאָל געטײט װערן דער מאַן; די גאַנצע עדה זאָל אים פֿאַרװאַרפֿן מיט שטײנער אױסן לאַגער. 36 און די גאַנצע עדה האָט אים אַרױסגעפֿירט אױסן לאַגער, און זײ האָבן אים פֿאַרװאָרפֿן מיט שטײנער, און ער איז געשטאָרבן; אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן משהן.
37 און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 38 רעד צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זאָלסט זאָגן צו זײ, זײ זאָלן זיך מאַכן ציצִת אױף די עקן פֿון זײערע קלײדער, אױף זײערע דור-דורות; און זײ זאָלן אַרײַנטאָן אין די ציצִת פֿון עק קלײד אַ בלאָען פֿאָדעם. 39 און דאָס זאָל אײַך זײַן פֿאַר ציצית, אַז איר זאָלט עס זען, און געדענקען אַלע געבאָט פֿון ה׳, און זײ טאָן, און איר זאָלט נישט נאָכגײן נאָך אײַער האַרצן און נאָך אײַערע אױגן, װאָס איר זײַט פֿאַרפֿירט נאָך זײ; 40 כּדי איר זאָלט געדענקען און טאָן אַלע מײַנע געבאָט, און זײַן הײליק צו אלוקיכם. 41 איך בין ה׳ אלוקיכם װאָס האָט אײַך אַרױסגעצױגן פֿון דעם לאַנד מִצרַיִם, אײַך צו זײַן צום אלֹקים: איך בין ה׳ אלוקיכם.