1 און די טעג פֿון דָוִדן האָבן גענענט צו שטאַרבן, און ער האָט באַפֿױלן זײַן זון שלמהן, אַזױ צו זאָגן: 2 איך גײ אין דעם װעג פֿון דער גאַנצער ערד, זאָלסטו זיך שטאַרקן און זײַן אַ מאַן. 3 און זאָלסט היטן די היטונג פֿון ה׳ דײַן ג-ט, צו גײן אין זײַנע װעגן, צו היטן זײַנע חוקים און זײַנע געבאָט און זײַנע געזעצן און זײַנע צײגנים, אַזױ װי עס שטײט געשריבן אין תּוֹרת-משה, כּדי זאָלסט באַגליקן אין אַלץ װאָס דו װעסט טאָן, און אומעטום, װאָס דו װעסט אַהין זיך קערן; 4 כּדי ה׳ זאָל מקײם זײַן זײַן װאָרט װאָס ער האָט גערעדט װעגן מיר, אַזױ צו זאָגן: אױב דײַנע קינדער װעלן אָפּהיטן זײער װעג צו גײן פֿאַר מיר מיט אמת, מיט זײער גאַנצן האַרצן און מיט זײער גאַנצער זעל – אַזױ צו זאָגן: װעט דיר נישט פֿאַרשניטן װערן אַ מאַן פֿון דעם טראָן פֿון יִשׂרָאֵל.
5 און אױך װײסטו װאָס יוֹאָבֿ דער זון פֿון צרוּיָהן האָט מיר געטאָן, װאָס ער האָט געטאָן צו די צװײ חיל-לידער פֿון יִשׂרָאֵל, צו אַבֿנֵר דעם זון פֿון נֵרן, און צו עַמָשׂא דעם זון פֿון יֶתֶרן, װי ער האָט זײ געהרגעט, און פֿאַרגאָסן בלוט פֿון מלחמה אין שלום, און אַרױפֿגעטאָן בלוט פֿון מלחמה אױף זײַן גאַרטל װאָס אױף זײַנע לענדן, און אױף זײַנע שיך װאָס אױף זײַנע פֿיס. 6 דערום זאָלסטו טאָן לױט דײַן חכמה, און זאָלסט נישט לאָזן זײַנע גראָע האָר נידערן בשלום אין שְׁאֹול. 7 און מיט די קינדער פֿון בַרזִלַי דעם גִלעָדער זאָלסטו טאָן חֶסֶד, און זײ זאָלן זײַן פֿון די װאָס עסן בײַ דײַן טיש, װאָרעם זײ האָבן זיך אױך דערנענטערט צו מיר, װען איך בין אַנטלאָפֿן פֿון דײַן ברודער אַבֿשָלומען. 8 און דאָ איז בײַ דיר שִמְעִי דער זון פֿון גֵראָן, דער בנימינער פֿון בחורים, װאָס האָט מיך געשאָלטן מיט טױטע קללות אין דעם טאָג װאָס איך בין געגאַנגען קײן מַחנַיִם; און ער האָט אַראָפּגענידערט מיר אַנטקעגן בײַם יַרדן, און איך האָב אים געשװאָרן בײַ ה׳, אַזױ צו זאָגן: איך װעל דיך נישט טײטן מיטן שװערד. 9 און אַצונד, זאָלסט אים נישט שענקען, װאָרעם אַ קלוגער מענטש ביסטו, און װעסט װיסן װאָס דו זאָלסט טאָן מיט אים; און זאָלסט מאַכן נידערן זײַנע גראָע האָר מיט בלוט אין שְׁאֹול.
10 און דָוִד האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און ער איז באַגראָבן געװאָרן אין דָוִדס-שטאָט. 11 און די טעג װאָס דָוִד האָט געקיניגט איבער יִשׂרָאֵל זײַנען געװען פֿערציק יאָר. אין חֶבֿרוֹן האָט ער געקיניגט זיבן יאָר, און אין ירושָלַיִם האָט ער געקיניגט דרײַ און דרײַסיק יאָר.
12 און שלמה איז געזעסן אױף דעם טראָן פֿון זײַן פֿאָטער דָוִדן, און זײַן מלוכה האָט זיך זײער באַפֿעסטיקט.
13 און אַדוֹנִיָהוּ דער זון פֿון חַגיתן איז געקומען צו בַת-שֶבֿען, שלמהס מוטער. האָט זי צו אים געזאָגט: איז דײַן קומען אין פֿריד? האָט ער געזאָגט: אין פֿריד. 14 און ער האָט געזאָגט: איך האָב אַ װאָרט צו דיר. האָט זי געזאָגט: רעד. 15 האָט ער געזאָגט: דו װײסט אַז די מלוכה האָט מיר געקומט, און אױף מיר האָבן גאַנץ יִשׂרָאֵל געקערט זײער פּנים, צו װערן מלך. אָבער די מלוכה האָט זיך אומגעדרײט און איז אָנגעקומען צו מײַן ברודער, װײַל זי איז אים באַשערט געװען פֿון ה׳. 16 און אַצונד בעט איך פֿון דיר אײן בקשה: זאָלסט נישט אָפּשטױסן מײַן פּנים. האָט זי צו אים געזאָגט: רעד. 17 האָט ער געזאָגט: זאָג, איך בעט דיך, דעם מלך שלמה – װאָרעם ער װעט נישט אָפּשטױסן דײַן פּנים – ער זאָל מיר געבן אַבֿישַג פֿון שוּנֵם פֿאַר אַ װײַב. 18 האָט בַת-שֶבֿע געזאָגט: גוט, איך װעל רעדן פֿון דײַנעט װעגן צום מלך.
19 און בַת-שֶבֿע איז געקומען צום מלך שלמה, צו רעדן צו אים פֿון אַדוֹנִיָהוּס װעגן, און דער מלך איז אױפֿגעשטאַנען איר אַנטקעגן, און ער האָט זיך צו איר געבוקט, און האָט זיך געזעצט אױף זײַן טראָן, און געשטעלט אַ טראָן פֿאַר דעם מלכס מוטער, און זי האָט זיך געזעצט אױף זײַן רעכטער זײַט. 20 און זי האָט געזאָגט: אײן קלײנע בקשה בעט איך פֿון דיר: זאָלסט נישט אָפּשטױסן מײַן פּנים. האָט דער מלך צו איר געזאָגט: בעט, מײַן מוטער, װאָרעם איך װעל נישט אָפּשטױסן דײַן פּנים. 21 האָט זי געזאָגט: זאָל אַבֿישַג פֿון שוּנֵם געגעבן װערן צו דײַן ברודער אַדוֹנִיָהוּן פֿאַר אַ װײַב. 22 האָט געענטפֿערט דער מלך שלמה און געזאָגט צו זײַן מוטער: און פֿאַר װאָס בעטסטו אַבֿישַג פֿון שוּנֵם פֿאַר אַדוֹנִיָהוּן? בעט פֿאַר אים אױך די מלוכה, װײַל ער איז מײַן עלטערער ברודער – פֿאַר אים, פֿאַר אֶבֿיָתָר דעם כּהן, און פֿאַר יוֹאָבֿ דעם זון פֿון צרוּיָהן.
23 און דער מלך שלמה האָט געשװאָרן בײַ ה׳, אַזױ צו זאָגן: זאָל מיר אלֹקים טאָן אַזױ און נאָך מער, אַז אום זײַן לעבן האָט אַדוֹנִיָהוּ גערעדט דאָס דאָזיקע װאָרט! 24 און אַצונד, אַזױ װי עס לעבט ה׳, װאָס האָט מיך באַפֿעסטיקט, און האָט מיך אַרױפֿגעזעצט אױף דעם טראָן פֿון מײַן פֿאָטער דָוִדן, און װאָס האָט מיר געמאַכט אַ הױז אַזױ װי ער האָט גערעדט, אַז הײַנט מוז אַדוֹנִיָהוּ געטײט װערן! 25 און דער מלך שלמה האָט געשיקט דורך דער האַנט פֿון בנָיָהוּ דעם זון פֿון יהוֹיָדָען; און ער איז צוגעפֿאַלן אױף אים, און ער איז געשטאָרבן.
26 און צו אֶבֿיָתָר דעם כּהן האָט דער מלך געזאָגט: גײ קײן עַנָתוֹת צו דײַנע פֿעלדער, װאָרעם דעם טױט ביסטו װערט, אָבער הײַנטיקן טאָג װעל איך דיך נישט טײטן, װײַל דו האָסט געטראָגן דעם אָרון פֿון אֲדֹנָי ה׳ פֿון מײַן פֿאָטער דָוִדן, און װײַל דו האָסט זיך געפּלאָגט אין אַלץ װאָס מײַן פֿאָטער האָט זיך געפּלאָגט. 27 און שלמה האָט פֿאַרטריבן אֶבֿיָתָרן פֿון זײַן אַ כּהן צו ה׳; כּדי עס זאָל דערפֿילט װערן דאָס װאָרט פֿון ה׳ װאָס ער האָט גערעדט אױף עליס הױז אין שילוֹ.
28 און װי די הערונג איז אָנגעקומען צו יוֹאָבֿן – װאָרעם יוֹאָבֿ האָט זיך גענײגט נאָך אַדוֹנִיָהן, הגם נאָך אַבֿשָלומען האָט ער זיך נישט גענײגט – איז יוֹאָבֿ אַנטלאָפֿן צום געצעלט פֿון ה׳, און האָט זיך אָנגענומען אָן די הערנער פֿון מזבח. 29 איז אָנגעזאָגט געװאָרן דעם מלך שלמה, אַז יוֹאָבֿ איז אַנטלאָפֿן צו דעם געצעלט פֿון ה׳, און אָן איז ער בײַם מזבח. און שלמה האָט געשיקט בנָיָהוּ דעם זון פֿון יהוֹיָדָען, אַזױ צו זאָגן: גײ פֿאַל-צו אױף אים.
30 איז בנָיָהוּ געקומען צו דעם געצעלט פֿון ה׳, און ער האָט צו אים געזאָגט: אַזױ האָט געזאָגט דער מלך: גײ אַרױס. האָט ער געזאָגט: נײן, נײַערט דאָ װעל איך שטאַרבן. האָט בנָיָהוּ געבראַכט דעם מלך אַ תּשובֿה, אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט גערעדט יוֹאָבֿ, און אַזױ האָט ער מיר געענטפֿערט. 31 האָט דער מלך צו אים געזאָגט: טו אַזױ װי ער האָט גערעדט, און פֿאַל-צו אױף אים; און זאָלסט אים באַגראָבן, און אָפּטאָן דאָס אומזיסט בלוט װאָס יוֹאָבֿ האָט פֿאַרגאָסן, פֿון מיר און פֿון מײַן פֿאָטערס הױז. 32 און זאָל ה׳ אומקערן זײַן בלוט אױף זײַן קאָפּ, פֿאַר װאָס ער איז אָנגעפֿאַלן אױף צװײ מענטשן גערעכטערע און בעסערע פֿון אים, און האָט זײ געהרגעט מיטן שװערד, און מײַן פֿאָטער דָוִד האָט נישט געװוּסט: אַבֿנֵר דעם זון פֿון נֵרן, דעם חיל-לידער פֿון יִשׂרָאֵל, און עַמָשׂא דעם זון פֿון יֶתֶרן, דעם חיל-לידער פֿון יהוּדה. 33 און זײער בלוט זאָל זיך אומקערן אױפֿן קאָפּ פֿון יוֹאָבֿן, און אױפֿן קאָפּ פֿון זײַן זאָמען אױף אײביק; און צו דָוִדן און צו זײַן זאָמען, און צו זײַן הױז און צו זײַן טראָן, זאָל זײַן פֿריד אױף אײביק פֿון ה׳.
34 איז אַרױסגעגאַנגען בנָיָהוּ דער זון פֿון יהוֹיָדָען, און ער איז צוגעפֿאַלן אױף אים, און האָט אים געטײט. און ער איז באַגראָבן געװאָרן אין זײַן הײם אין מדבר. 35 און דער מלך האָט אױפֿגעזעצט בנָיָהוּ דעם זון פֿון יהוֹיָדָען אױף זײַן אָרט איבערן חיל; און צָדוֹק דעם כּהן האָט דער מלך אױפֿגעזעצט אױף אֶבֿיָתָרס אָרט.
36 און דער מלך האָט געשיקט און האָט גערופֿן שִמְעִין, און האָט צו אים געזאָגט: בױ דיר אַ הױז אין ירושָלַיִם, און זאָלסט דאָרטן זיצן, און זאָלסט פֿון דאָרטן נישט אַרױסגײן אין ערגעץ. 37 און עס װעט זײַן, אין דעם טאָג װאָס דו גײסט אַרױס, און װעסט אַריבערגײן דעם טײַך קִדרוֹן, װיסן זאָלסטו װיסן זײַן, אַז שטאַרבן װעסטו שטאַרבן; דײַן בלוט װעט זײַן אױף דײַן קאָפּ. 38 האָט שִמְעִי געזאָגט צום מלך: גוט איז דאָס װאָרט; אַזױ װי מײַן האַר דער מלך האָט גערעדט, אַזױ װעט דײַן קנעכט טאָן. און שִמְעִי איז געזעסן אין ירושָלַיִם פֿיל טעג.
39 אָבער עס איז געװען צום סוף פֿון דרײַ יאָר, זײַנען צװײ קנעכט פֿון שִמְעִין אַנטלאָפֿן צו אָכיש דעם זון פֿון מַעֲכָהן, דעם מלך פֿון גַת, און מע האָט אָנגעזאָגט שִמְעִין, אַזױ צו זאָגן: זע, דײַנע קנעכט זײַנען אין גַת. 40 איז אױפֿגעשטאַנען שִמְעִי, און האָט אָנגעזאָטלט זײַן אײזל, און איז אַװעק קײן גַת צו אָכישן זוכן זײַנע קנעכט. און שִמְעִי איז געגאַנגען און האָט געבראַכט זײַנע קנעכט פֿון גַת.
41 איז אָנגעזאָגט געװאָרן שלמהן, אַז שִמְעִי איז געגאַנגען פֿון ירושָלַיִם קײן גַת, און האָט זיך אומגעקערט. 42 און דער מלך האָט געשיקט און האָט גערופֿן שִמְעִין, און האָט צו אים געזאָגט: האָב איך דיך נישט באַשװאָרן בײַ ה׳, און דיך געװאָרנט, אַזױ צו זאָגן: אין דעם טאָג װאָס דו גײסט אַרױס, און װעסט גײן ערגעץ װוּ, װיסן זאָלסטו װיסן זײַן, אַז שטאַרבן װעסטו שטאַרבן? און דו האָסט צו מיר געזאָגט: גוט איז דאָס װאָרט; איך האָב געהערט. 43 הײַנט פֿאַר װאָס האָסטו נישט געהיט די שבֿועה פֿון ה׳, און דעם באַפֿעל װאָס איך האָב דיר באַפֿױלן? 44 אױך האָט דער מלך געזאָגט צו שִמְעִין: דו װײסט אַל דאָס בײז װאָס דײַן האַרץ האָט געװוּסט אַז דו טוסט צו מײַן פֿאָטער דָוִדן; דערום זאָל ה׳ אומקערן דײַן בײז אױף דײַן קאָפּ; 45 און דער מלך שלמה זאָל זײַן געבענטשט, און דער טראָן פֿון דָוִד זאָל זײַן פֿעסט פֿאַר ה׳ אױף אײביק.
46 און דער מלך האָט באַפֿױלן בנָיָהוּ דעם זון פֿון יהוֹיָדָען, און ער איז אַרױפֿגעגאַנגען, און איז צוגעפֿאַלן אױף אים, און ער איז געשטאָרבן.
און די מלוכה איז געװען באַפֿעסטיקט אין דער האַנט פֿון שלמהן.