Publicidade

1 Reis 20

1 און בֶן-הַדַד דער מלך פֿון אַרָם האָט אײַנגעזאַמלט זײַן גאַנצן חיל; און צװײ און דרײַסיק מלכים זײַנען געװען מיט אים, און פֿערד און רײַטװעגן. און ער איז אַרױפֿגעגאַנגען און האָט געלעגערט אױף שוֹמרוֹן, און מלחמה געהאַלטן אױף איר. 2 און ער האָט געשיקט שלוחים, צו אַחאָבֿ דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל, אין שטאָט, 3 און אים געלאָזט זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט בֶן-הַדַד: דײַן זילבער און דײַן גאָלד איז מײַנס, און דײַנע װײַבער און דײַנע שענסטע קינדער זײַנען מײַנע.

4 האָט געענטפֿערט דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל און האָט געזאָגט: אַזױ װי דײַן װאָרט, מײַן האַר מלך; דײַנער בין איך, און אַלץ װאָס איך האָב.

5 זײַנען װידער געקומען די שלוחים, און האָבן געזאָגט: אַזױ האָט געזאָגט בֶן-הַדַד, אַזױ צו זאָגן: פֿאַר װאָר, איך האָב דיר געשיקט זאָגן: דײַן זילבער און דײַן גאָלד, און דײַנע װײַבער און דײַנע קינדער זאָלסטו מיר געבן. 6 װאָרעם אַז מאָרגן אין דער צײַט װעל איך שיקן צו דיר מײַנע קנעכט, װעלן זײ דורכזוכן דײַן הױז, און די הײַזער פֿון דײַנע קנעכט; און עס װעט זײַן, װוּ נאָר אַ גלוסטיקײט פֿון דײַנע אױגן װעלן זײ אַרײַנטאָן אין זײער האַנט און אַװעקנעמען.

7 האָט דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל גערופֿן אַלע עלטסטע פֿון לאַנד, און האָט צו זײ געזאָגט: מערקט אַקאָרשט און זעט, אַז בײז זוכט דער דאָזיקער. װאָרעם ער האָט געשיקט צו מיר אום מײַנע װײַבער און אום מײַנע קינדער, און אום מײַן זילבער און אום מײַן גאָלד, און איך האָב נישט פֿאַרמיטן פֿון אים. 8 האָבן צו אים געזאָגט אַלע עלטסטע און דאָס גאַנצע פֿאָלק: זאָלסט נישט צוהערן און נישט אײַנװיליקן.

9 האָט ער געזאָגט צו די שלוחים פֿון בֶן-הַדַד: זאָגט צו מײַן האַר דעם מלך: אַלץ אום װאָס דו האָסט געשיקט צו דײַן קנעכט צוערשט װעל איך טאָן, אָבער די דאָזיקע זאַך קען איך נישט טאָן. זײַנען געגאַנגען די שלוחים, און האָבן אים געבראַכט אַן ענטפֿער.

10 האָט בֶן-הַדַד געשיקט צו אים, און געזאָגט: זאָלן די ג‑טער מיר טאָן אַזױ און נאָך מער, אױב דער שטױב פֿון שוֹמרוֹן װעט קלעקן פֿאַר אַ הױפֿן דעם גאַנצן פֿאָלק װאָס הינטער מיר!

11 האָט געענטפֿערט דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל און האָט געזאָגט: זאָגט: זאָל דער װאָס גורט זיך ערשט אָן, זיך נישט רימען װי דער װאָס בינדט זיך שױן אָפּ.

12 און עס איז געװען, װי האָט געהערט דעם דאָזיקן ענטפֿער, בעת ער האָט געטרונקען, ער און די מלכים, אין די בײַדלעך, אַזױ האָט ער געזאָגט צו זײַנע קנעכט: שטעלט אױס! און זײ האָבן אױסגעשטעלט אַנקעגן דער שטאָט.

13 ערשט אײנער אַ נבֿיא האָט גענענט צו אַחאָבֿ דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל, און האָט געזאָגט: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: זעסט דעם גאַנצן דאָזיקן גרױסן המון? אָט גיב איך אים הײַנט אין דײַן האַנט, און װעסט װיסן אַז איך בין ה׳. 14 האָט אַחאָבֿ געזאָגט: דורך װעמען? האָט ער געזאָגט: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: דורך די יונגען פֿון די לאַנדפֿירשטן. האָט ער געפֿרעגט: װער זאָל אָנקניפּן די מלחמה? האָט ער געזאָגט: דו.

15 האָט ער איבערגעצײלט די יונגען פֿון די לאַנדפֿירשטן, און זײ זײַנען געװען צװײ הונדערט און צװײ און דרײַסיק. און נאָך זײ האָט ער איבערגעצײלט דאָס גאַנצע פֿאָלק, אַלע קינדער פֿון יִשׂרָאֵל – זיבן טױזנט.

16 זײַנען זײ אַרױסגעגאַנגען אין מיטן טאָג, בעת בֶן-הַדַד האָט זיך שכּור געטרונקען אין די בײַדלעך ער און די מלכים – די צװײ און דרײַסיק מלכים װאָס האָבן אים געהאָלפֿן. 17 און די יונגען פֿון די לאַנדפֿירשטן זײַנען אַרױסגעגאַנגען צוערשט; אָבער בֶן-הַדַד האָט געשיקט, און מע האָט אים אָנגעזאָגט, אַזױ צו זאָגן: מענטשן זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון שוֹמרוֹן. 18 האָט ער געזאָגט: סײַ זײ זײַנען פֿאַר שלום אַרױסגעגאַנגען, כאַפּט זײ לעבעדיקערהײט, און סײַ זײ זײַנען פֿאַר מלחמה אַרױסגעגאַנגען, לעבעדיקערהײט כאַפּט זײ.

19 און די זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון שטאָט – די יונגען פֿון די לאַנדפֿירשטן, און דער חיל װאָס הינטער זײ. 20 און זײ האָבן געשלאָגן איטלעכער זײַן מאַן, און די אַרַמים זײַנען אַנטלאָפֿן, און יִשׂרָאֵל האָט זײ נאָכגעיאָגט. און בֶן-הַדַד דער מלך פֿון אַרָם איז אַנטרונען געװאָרן אױף אַ פֿערד מיט רײַטער.

21 און דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל איז אַרױסגעגאַנגען, און האָט געשלאָגן די פֿערד און די רײַטװעגן, און געשלאָגן צװישן אַרָם אַ גרױסן שלאַק.

22 און דער נבֿיא האָט גענענט צו דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל און האָט צו אים געזאָגט: גײ פֿאַרשטאַרק זיך, און מערק און זע װאָס דו זאָלסט טאָן, װאָרעם צום אומקער פֿון יאָר קומט דער מלך פֿון אַרָם אַרױף אױף דיר.

23 און די קנעכט פֿון דעם מלך פֿון אַרָם האָבן צו אים געזאָגט: אַ ג-ט פֿון בערג איז זײער ה׳, דערום זײַנען זײ געװען שטאַרקער פֿון אונדז; לאָמיר אָבער מלחמה האַלטן מיט זײ אױף אַ גלײַכן פּלאַץ, אױב מיר װעלן נישט זײַן שטאַרקער פֿון זײ! 24 און די דאָזיקע זאַך טו; טו אָפּ די מלכים איטלעכן פֿון זײַן אָרט און מאַך אָנפֿירער אַנשטאָט זײ. 25 און דו זאָלסט דיר צונױפֿצײלן אַ חיל אַזױ װי דער חיל װאָס איז בײַ דיר געפֿאַלן, און פֿערד אַזױ װי די פֿערד, און רײַטװעגן אַזױ װי די רײַטװעגן; און לאָמיר מלחמה האַלטן מיט זײ אױף אַ גלײַכן פּלאַץ, אױב מיר װעלן נישט זײַן שטאַרקער פֿון זײ! האָט ער צוגעהערט צו זײער קֹול, און האָט אַזױ געטאָן.

26 און עס איז געװען צום אומקער פֿון יאָר, האָט בֶן-הַדַד איבערגעצײלט די אַרַמים, און ער איז אַרױפֿגעגאַנגען קײן אַפֿק אױף מלחמה מיט יִשׂרָאֵל.

27 און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען איבערגעצײלט געװאָרן, און פֿאַרזאָרגט געװאָרן מיט שפּײַז, און זײַנען אַרױסגעגאַנגען אַקעגן זײ. און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געלאַגערט אַקעגן זײ, אַזױ װי צװײ קלײנע סטאַדעס ציגן. און די אַרַמים האָבן אָנגעפֿילט דאָס לאַנד.

28 האָט דער מאַן פֿון ג-ט גענענט, און האָט גערעדט צו דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל און געזאָגט: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: װײַל די אַרַמים האָבן געזאָגט: אַ ג-ט פֿון בערג איז ה׳, און נישט אַ ג-ט פֿון טאָלן איז ער, דערום װעל איך געבן דעם גאַנצן דאָזיקן גרױסן המון אין דײַן האַנט, און איר װעט װיסן אַז איך בין ה׳.

29 און זײ האָבן געלאַגערט אײנע אַקעגן די אַנדערע זיבן טעג. און עס איז געװען אױפֿן זיבעטן טאָג, האָט גענענט די מלחמה, און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געשלאָגן פֿון אַרָם הונדערט טױזנט פֿוסגײער אין אײן טאָג. 30 און די איבעריקע זײַנען אַנטלאָפֿן קײן אַפֿק, אין שטאָט; איז די מױער אײַנגעפֿאַלן אױף זיבן און צװאַנציק טױזנט מאַן װאָס זײַנען איבערגעבליבן. און בֶן-הַדַד איז אַנטלאָפֿן און איז אַרײַן אין שטאָט, אין אַ קאַמער הינטער אַ קאַמער.

31 האָבן זײַנע קנעכט צו אים געזאָגט: זע נאָר, מיר האָבן געהערט אַז די מלכים פֿון דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען גענאָדיקע מלכים; לאָמיר, איך בעט דיך, אָנטאָן זאַקקלײדער אױף אונדזערע לענדן, און שטריק אױף אונדזער קאָפּ, און לאָמיר אַרױסגײן צו דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל, אפֿשר װעט ער דיך לאָזן לעבן.

32 האָבן זײ אָנגעגורט זאַקקלײדער אױף זײערע לענדן, און שטריק אױף זײערע קעפּ, און זײ זײַנען געקומען צו דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל, און האָבן געזאָגט: דײַן קנעכט בֶן-הַדַד האָט געזאָגט: לאָמיך לעבן, איך בעט דיך. האָט ער געזאָגט: לעבט ער נאָך? ער איז מײַן ברודער.

33 און די מענטשן האָבן עס גענומען פֿאַר אַ צײכן, און זײ האָבן זיך געאײַלט און באַװאָרנט אױב ער מײנט עס, און האָבן געזאָגט: דײַן ברודער בֶן-הַדַד. האָט ער געזאָגט: גײט ברענגט אים. איז אַרױסגעקומען צו אים בֶן-הַדַד, און ער האָט אים אַרױפֿגענומען אױפֿן רײַטװאָגן. 34 און האָט צו אים געזאָגט: די שטעט װאָס מײַן פֿאָטער האָט צוגענומען פֿון דײַן פֿאָטער װעל איך אומקערן, און גאַסן זאָלסטו דיר מאַכן אין דַמֶשֶׂק, אַזױ װי מײַן פֿאָטער האָט געמאַכט אין שוֹמרוֹן. און איך װעל דיך אַװעקלאָזן מיט דעם דאָזיקן ברית. און ער האָט אים געשלאָסן אַ ברית, און האָט אים אַװעקגעלאָזט.

35 און אײנער אַ מאַן פֿון די יונגע נבֿיאים האָט געזאָגט צו זײַן חבֿר דורך דעם װאָרט פֿון ה׳: שלאָג מיך, איך בעט דיך, און דער מאַן האָט אים נישט געװאָלט שלאָגן. 36 האָט ער געזאָגט: װײַל דו האָסט נישט צוגעהערט צו דעם קֹול פֿון ה׳, אָט גײסטו אַװעק פֿון מיר, און דיך װעט דערשלאָגן אַ לײב. און װי ער איז אַװעקגעגאַנגען פֿון אים, אַזױ האָט אים אָנגעטראָפֿן אַ לײב, און האָט אים דערשלאָגן.

37 האָט ער אָנגעטראָפֿן אַן אַנדער מאַן, און האָט געזאָגט: שלאָג מיך, איך בעט דיך. און דער מאַן האָט אים געשלאָגן, שלאָגנדיק ביז װוּנדן. 38 און דער נבֿיא איז געגאַנגען און האָט געהאַרט אױפֿן מלך בײַם װעג; און ער האָט זיך פֿאַרשטעלט מיטן קאָפּבאַנד איבער זײַנע אױגן. 39 און עס איז געװען, װי דער מלך איז פֿאַרבײַגעגאַנגען, אַזױ האָט ער געשריִען צום מלך און האָט געזאָגט: דײַן קנעכט איז אַרױסגעגאַנגען אין דער מלחמה, ערשט אַ מאַן האָט זיך אָפּגעקערט, און האָט געבראַכט צו מיר אַ מאַן, און האָט געזאָגט: אָט דעם דאָזיקן מאַן, אױב געמינערט װעט ער געמינערט װערן; װעט דײַן נפֿש זײַן אַנשטאָט זײַן נפֿש; אָדער אַ צענטנער זילבער װעסטו באַצאָלן: 40 און װי דײַן קנעכט איז געװען פֿאַרטאָן דאָ און דאָרטן, אַזױ איז ער נישט געװאָרן. האָט דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל צו אים געזאָגט. אַזױ זאָל זײַן דײַן משפּט; דו אַלײן האָסט געפּסקענט.

41 האָט ער אױף גיך אָפּגעטאָן דעם קאָפּבאַנד פֿון זײַנע אױגן, און דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל האָט אים דערקענט, אַז ער איז פֿון די נבֿיאים.

42 און ער האָט צו אים געזאָגט: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: װײַל דו האָסט אַרױסגעלאָזט פֿון דער האַנט דעם מאַן פֿון מײַן חרם, זאָל דײַן נפֿש זײַן אַנשטאָט זײַן נפֿש, און דײַן פֿאָלק אַנשטאָט זײַן פֿאָלק.

43 און דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל איז אַװעק צו זײַן הױז צעטראָגן און פֿאַרבײזערט, און ער איז געקומען קײן שוֹמרוֹן.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-