1 און שלמה המלך האָט ליב געהאַט פֿיל פֿרעמדגעבאָרענע װײַבער, אַחוץ פַּרעהס טאָכטער: מוֹאָבֿישע, עַמוֹנישע, אַדוֹמישע, צידוֹנישע, חִתּישע; 2 פֿון די פֿעלקער װאָס ה׳ האָט אָנגעזאָגט די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל: איר זאָלט נישט קומען צװישן זײ און זײ זאָלן נישט קומען צװישן אײַך; זײ װעלן זיכער אָפּנײַגן אײַער האַרץ נאָך זײערע ג‑טער. אָן זײ האָט שלמה זיך באַהעפֿט אין ליבשאַפֿט. 3 און ער האָט געהאַט זיבן הונדערט װײַבער האַרינטעס, און דרײַ הונדערט קעפּסװײַבער, און זײַנע װײַבער האָבן אָפּגענײגט זײַן האַרץ. 4 און עס איז געװען צו דער צײַט פֿון שלמהס עלטער, האָבן זײַנע װײַבער אָפּגענײגט זײַן האַרץ נאָך פֿרעמדע ג‑טער, און זײַן האַרץ איז נישט געװען גאַנץ מיט ה׳ זײַן ג-ט, אַזױ װי דאָס האַרץ פֿון זײַן פֿאָטער דָוִדן. 5 און שלמה איז געגאַנגען נאָך עַשְׁתֹּרֶת דער געטין פֿון די צידוֹנים, און נאָך מִלכּום, דער אומװערדיקײט פֿון די עַמוֹנים. 6 און שלמה האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳, און ער איז נישט געגאַנגען אין גאַנצן נאָך ה׳, אַזױ װי זײַן פֿאָטער דָוִד. 7 דענצמאָל האָט שלמה געבױט אַ בָמָה צו כּמוֹש, דער אומװערדיקײט פֿון מוֹאָבֿ, אױף דעם באַרג װאָס פֿאַר ירושָלַיִם, און צו מוֹלֶך, דער אומװערדיקײט פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן. 8 און אַזױ האָט ער געטאָן מיט אַלע זײַנע פֿרעמדע װײַבער, װאָס האָבן גערײכערט און געשלאַכט צו זײערע ג‑טער.
9 האָט ה׳ געצערנט אױף שלמהן, װײַל זײַן האַרץ האָט זיך אָפּגענײגט פֿון ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל, װאָס האָט זיך באַװיזן צו אים צװײ מאָל, 10 און האָט אים באַפֿױלן װעגן דער דאָזיקער זאַך, נישט צו גײן נאָך פֿרעמדע ג‑טער; און ער האָט נישט געהיט װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן. 11 און ה׳ האָט געזאָגט צו שלמהן: װײַל דאָס איז געװען אין דיר, און דו האָסט נישט געהיט מײַן ברית, און מײַנע געזעצן װאָס איך האָב דיר באַפֿױלן, װעל איך אַװעקרײַסן די מלוכה פֿון דיר, און װעל זי אַװעקגעבן צו דײַנעם אַ קנעכט. 12 אָבער אין דײַנע טעג װעל איך דאָס נישט טאָן, פֿון דײַן פֿאָטער דָוִדס װעגן; פֿון דײַן זונס האַנט װעל איך זי אַװעקרײַסן. 13 נאָר די גאַנצע מלוכה װעל איך נישט אַװעקרײַסן; אײן שבֿט װעל איך געבן צו דײַן זון, פֿון װעגן מײַן קנעכט דָוִדן, און פֿון װעגן ירושָלַיִם װאָס איך האָב אױסדערװײלט.
14 און ה׳ האָט אױפֿגעשטעלט אַ שׂטן אױף שלמהן, הַדַד דעם אַדוֹמי. ער איז געװען פֿון קיניגלעכן אָפּשטאַם אין אֶדוֹם. 15 און עס איז געװען, װען דָוִד איז געװען אין אֶדוֹם, בעת יוֹאָבֿ דער חיל-לידער איז אַרױפֿגעגאַנגען באַגראָבן די געטײטע, און האָט געשלאָגן יעטװעדער מאַנספּאַרשױן אין אֶדוֹם – 16 װאָרעם זעקס חדשים איז דאָרטן געבליבן יוֹאָבֿ און גאַנץ יִשׂרָאֵל, ביז ער האָט פֿאַרשניטן יעטװעדער מאַנספּאַרשױן אין אֶדוֹם – 17 איז הַדַד אַנטלאָפֿן, ער און עטלעכע אַדוֹמים פֿון זײַן פֿאָטערס קנעכט מיט אים, כּדי צו גײן קײן מִצרַיִם; און הַדַד איז געװען אַ קלײן ייִנגל. 18 און זײ זײַנען אױפֿגעשטאַנען פֿון מִדיָן, און זײ זײַנען געקומען קײן פּאָרָן, און זײ האָבן מיטגענומען מיט זיך מענטשן פֿון פּאָרָן, און זײַנען געקומען קײן מִצרַיִם צו פַּרעה דעם מלך פֿון מִצרַיִם. און ער האָט אים געגעבן אַ הױז, און האָט אָנגעזאָגט פֿאַר אים שפּײַז, און אים געגעבן לאַנד. 19 און הַדַד האָט געפֿונען גרױס חן אין די אױגן פֿון פַּרעהן, און ער האָט אים געגעבן פֿאַר אַ װײַב די שװעסטער פֿון זײַן װײַב, די שװעסטער פֿון דער מלכּה תַּחפּניס. 20 און די שװעסטער פֿון תַּחפּניסן האָט אים געבאָרן זײַן זון גנוּבֿתן, און תַּחפּניס האָט אים אַנטװײנט אין פַּרעהס הױז. און גנוּבֿת איז געװען אין פַּרעהס הױז צװישן די קינדער פֿון פַּרעהן. 21 און װי הַדַד האָט געהערט אין מִצרַיִם אַז דָוִד האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און אַז יוֹאָבֿ דער חיל-לידער איז טױט, אַזױ האָט הַדַד געזאָגט צו פַּרעהן: לאָז מיך אַװעק, און איך װעל גײן אין מײַן לאַנד. 22 האָט פַּרעה צו אים געזאָגט: אָבער װאָס פֿעלט דיר בײַ מיר, אַז אָט װילסטו גײן אין דײַן לאַנד? האָט ער געזאָגט: גאָרנישט; אָבער אַװעקלאָזן מוזטו מיך אַװעקלאָזן.
23 אױך האָט אלֹקים אױפֿגעשטעלט אױף אים אַ שׂטן, רזוֹן דעם זון פֿון אֶליָדָען, װאָס איז אַנטלאָפֿן פֿון זײַן האַר, הַדַדעֶזֶר דעם מלך פֿון צוֹבֿה. 24 און ער האָט אױפֿגעקליבן אַרום זיך מענטשן, און ער איז געװאָרן דער הױפּטמאַן פֿון אַ באַנדע, בעת דָוִד האָט געהרגעט די. און זײ זײַנען אַװעקגעגאַנגען קײן דַמֶשֶׂק, און האָבן זיך אין איר באַזעצט, און האָבן געקיניגט אין דַמֶשֶׂק. 25 און ער איז געװען אַ שׂטן צו יִשׂרָאֵל אַלע טעג פֿון שלמהן, אַחוץ דאָס בײז װאָס הַדַד. און ער האָט פֿײַנט געהאַט יִשׂרָאֵל. און ער האָט געקיניגט איבער אַרָם.
26 און יָרָבֿעָם דער זון פֿון נבָֿטן, אַן אפֿרַיִמער פֿון צרֵדָה, שלמהס אַ קנעכט, װאָס דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען צרוּעָה, אַ פֿרױ אַן אַלמנה, האָט אױך אױפֿגעהױבן זײַן האַנט אַקעגן דעם מלך. 27 און דאָס איז די מעשׂה װי אַזױ ער האָט אױפֿגעהױבן זײַן האַנט אַקעגן דעם מלך: שלמה האָט געבױט דעם מלוא; ער האָט פֿאַרמױערט דעם בראָך פֿון זײַן פֿאָטערס דָוִד שטאָט. 28 און דער מאַן יָרָבֿעָם איז געװען אַ העלדישער גיבור, און שלמה האָט געזען דעם יונג אַז ער איז אַן אַרבעטטוער, און ער האָט אים אױפֿגעזעצט איבער דער גאַנצער לאַסטאַרבעט פֿון דעם הױז פֿון יוֹסף.
29 און עס איז געװען אין יענער צײַט, װען יָרָבֿעָם איז אַרױסגעגאַנגען פֿון ירושָלַיִם. האָט אים אָנגעטראָפֿן אױפֿן װעג דער נבֿיא אַחִיָה פֿון שילוֹ; און ער איז געװען אײַנגעדעקט אין אַ נײַעם מאַנטל, און בלױז זײ בײדע זײַנען געװען אין פֿעלד. 30 האָט אַחִיָה אָנגענומען דעם נײַעם מאַנטל װאָס אױף אים, און האָט אים צעריסן אױף צװעלף שטיקער. 31 און ער האָט געזאָגט צו יָרָבֿעָמען: נעם דיר צען שטיקער, װאָרעם אַזױ האָט געזאָגט ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל: זע, איך רײַס אַװעק די מלוכה פֿון שלמהס האַנט, און װעל דיר געבן צען שבֿטים – 32 און אײן שבֿט זאָל אים בלײַבן, פֿון װעגן מײַן קנעכט דָוִדן, און פֿון װעגן ירושָלַיִם, דער שטאָט װאָס איך האָב זי אױסדערװײלט פֿון אַלע שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל – 33 דערפֿאַר װאָס זײ האָבן מיך פֿאַרלאָזן, און האָבן זיך געבוקט צו עַשְׁתֹּרֶת דער געטין פֿון די צידוֹנים, צו כּמוֹש דעם אלֹקים פֿון מוֹאָבֿ, און צו מִלכּום דעם אלֹקים פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן, און זײ זײַנען נישט געגאַנגען אין מײַנע װעגן, צו טאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין מײַנע אױגן, און מײַנע חוקים און מײַנע געזעצן, אַזױ װי זײַן פֿאָטער דָוִד. 34 אָבער איך װעל נישט אַװעקנעמען די גאַנצע מלוכה פֿון זײַן האַנט, נײערט איך װעל אים לאָזן זײַן אַ פֿירשט אַלע טעג פֿון זײַן לעבן, פֿון װעגן מײַן קנעכט דָוִדן, װאָס איך האָב אים אױסדערװײלט, װײַל ער האָט געהיט מײַנע געבאָט און מײַנע געזעצן. 35 אָבער איך װעל אַװעקנעמען די מלוכה פֿון דער האַנט פֿון זײַן זון, און װעל זי אָפּגעבן צו דיר – די צען שבֿטים. 36 און זײַן זון װעל איך געבן אײן שבֿט, כּדי אַ ליכט זאָל בלײַבן מײַן קנעכט דָוִדן אַלע טעג פֿאַר מיר אין ירושָלַיִם, דער שטאָט װאָס איך האָב מיר אױסדערװײלט צו טאָן מײַן נאָמען דאָרטן. 37 און דיך װעל איך נעמען, און װעסט קיניגן װי װײַט דײַן האַרץ געלוסט, און װעסט זײַן אַ מלך איבער יִשׂרָאֵל. 38 און עס װעט זײַן, אױב דו װעסט צוהערן אַלץ װאָס איך װעל דיר באַפֿעלן און װעסט גײן אין מײַנע װעגן, און װעסט טאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין מײַנע אױגן, צו היטן מײַנע געזעצן און מײַנע געבאָט, אַזױ װי מײַן קנעכט דָוִד האָט געטאָן, װעל איך זײַן מיט דיר, און װעל דיר בױען אַ זיכער הױז, אַזױ װי איך האָב געבױט דָוִדן, און איך װעל געבן יִשׂרָאֵל צו דיר. 39 און איך װעל פּײַניקן דעם זאָמען פֿון דָוִדן פֿון װעגן דעם, אָבער נישט אױף אַלע טעג.
40 און שלמה האָט געזוכט צו טײטן יָרָבֿעָמען. איז יָרָבֿעָם אױפֿגעשטאַנען און איז אַנטלאָפֿן קײן מִצרַיִם צו שישַק דעם מלך פֿון מִצרַיִם; און ער איז געװען אין מִצרַיִם ביז שלמהס טױט.
41 און די איבעריקע זאַכן װעגן שלמהן, און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן, און זײַן חכמה, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די געשעענישן פֿון שלמהן.
42 און די טעג װאָס שלמה האָט געקיניגט אין ירושָלַיִם איבער גאַנץ יִשׂרָאֵל, זײַנען געװען פֿערציק יאָר.
43 און שלמה האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און ער איז באַגראָבן געװאָרן אין זײַן פֿאָטער דָוִדס-שטאָט, און זײַן זון רחַבֿעָם איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.