Publicidade

1 Reis 22

1 און זײ זײַנען געזעסן דרײַ יאָר אָן אַ מלחמה צװישן אַרָם און צװישן יִשׂרָאֵל. 2 אָבער עס איז געװען אױפֿן דריטן יאָר, האָט יהוֹשָפֿט דער מלך פֿון יהוּדה אַראָפּגענידערט צו דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל. 3 און דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל האָט געזאָגט צו זײַנע קנעכט: װײסט איר, אַז צו אונדז געהערט רָמוֹת-גִלעָד? און מיר שװײַגן, און נעמען זי נישט אַװעק פֿון דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון אַרָם.

4 און ער האָט געזאָגט צו יהוֹשָפֿטן: װילסטו גײן מיט מיר אין מלחמה אױף רָמוֹת-גִלעָד? האָט יהוֹשָפֿט געזאָגט צו דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל: אַזױ װי דו, אַזױ איך, אַזױ װי דײַן פֿאָלק, אַזױ מײַן פֿאָלק, אַזױ װי דײַנע פֿערד אַזױ מײַנע פֿערד.

5 און יהוֹשָפֿט האָט געזאָגט צו דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל: פֿרעג הײַנט, איך בעט דיך, דאָס װאָרט פֿון ה׳.

6 האָט דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל אײַנגעזאַמלט די נבֿיאים, אַרום פֿיר הונדערט מאַן, און ער האָט צו זײ געזאָגט: זאָל איך גײן קעגן רָמוֹת-גִלעָד אױף מלחמה, אָדער זאָל איך אָפּשטײן? האָבן זײ געזאָגט: גײ אַרױף, און אֲדֹנָי װעט זי געבן אין דער האַנט פֿון מלך.

7 האָט יהוֹשָפֿט געזאָגט: איז דאָ נישטאָ נאָך אַ נבֿיא פֿון ה׳, אַז מיר זאָלן פֿרעגן בײַ אים? 8 האָט דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל געזאָגט צו יהוֹשָפֿטן: פֿאַראַן נאָך אײן מאַן אױף צו פֿרעגן בײַ ה׳ דורך אים, אָבער איך האָב אים פֿײַנט, װײַל ער זאָגט נישט נבֿיאות אױף מיר גוטס, נאָר בלױז שלעכטס – מיכָיָהו דער זון פֿון יִמלָהן. האָט יהוֹשָפֿט געזאָגט: זאָל דער מלך אַזױ נישט רעדן.

9 האָט דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל גערופֿן אַ הױפֿדינער, און האָט געזאָגט: ברענג אױף גיך מיכָיָהו דעם זון פֿון יִמלָהן.

10 און דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל און יהוֹשָפֿט דער מלך פֿון יהוּדה זײַנען געזעסן איטלעכער אױף זײַן טראָן אָנגעקלײדט אין בִגדֵי אין אַ דרעש-שײַער בײַ דעם טױעראײַנגאַנג פֿון שוֹמרוֹן, און אַלע נבֿיאים האָבן נבֿיאות געזאָגט פֿאַר זײ. 11 און צִדקִיָה דער זון פֿון כּנַעֲנָהן האָט זיך געמאַכט אײַזערנע הערנער, און ער האָט געזאָגט: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: מיט די דאָזיקע װעסטו שטױסן אַרָם ביז זײ צו פֿאַרלענדן.

12 און אַלע נבֿיאים האָבן נבֿיאות געזאָגט דעס גלײַכן, אַזױ צו זאָגן: גײ אַרױף קײן רָמוֹת-גִלעָד, און באַגליק, און ה׳ װעט זי געבן אין דער האַנט פֿון מלך.

13 און דער שליח װאָס איז געגאַנגען רופֿן מיכָיָהון, האָט גערעדט צו אים, אַזױ צו זאָגן: זע נאָר, די װערטער פֿון די נבֿיאים זײַנען װי אײן מױל גוטס צום מלך; זאָל, איך בעט דיך, דײַן װאָרט זײַן אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון אײנעם פֿון זײ, און זאָלסט רעדן גוטס. 14 האָט מיכָיָהו געזאָגט: אַזױ װי עס לעבט ה׳, אַז דאָס װאָס ה׳ װעט זאָגן צו מיר, דאָס װעל איך רעדן!

15 איז ער געקומען צום מלך, און דער מלך האָט צו אים געזאָגט: מיכָיָהו, זאָלן מיר גײן צו רָמוֹת-גִלעָד אױף מלחמה, אָדער זאָלן מיר אָפּשטײן? האָט ער צו אים געזאָגט: גײ אַרױף, און באַגליק, און ה׳ װעט זי געבן אין דער האַנט פֿון מלך. 16 האָט דער מלך צו אים געזאָגט: ביז װיפֿל מאָל זאָל איך דיך באַשװערן, אַז דו זאָלסט נישט רעדן צו מיר נאָר אמת אין נאָמען פֿון ה׳? 17 האָט ער געזאָגט: איך האָב געזען גאַנץ יִשׂרָאֵל צעשפּרײט אױף די בערג, אַזױ װי שאָף װאָס האָבן נישט קײן פּאַסטוך, און ה׳ האָט געזאָגט: אָן אַ האַר זײַנען די דאָזיקע; זאָלן זײ זיך אומקערן איטלעכער צו זײַן הױז בשלום. 18 האָט דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל געזאָגט צו יהוֹשָפֿטן: האָב איך דיר נישט געזאָגט, ער װעט נישט נבֿיאות זאָגן אױף מיר גוטס, נאָר בלױז שלעכטס?

19 האָט ער געזאָגט: דערום הער דאָס װאָרט פֿון ה׳: איך האָב געזען װי ה׳ זיצט אױף זײַן טראָן, און דער גאַנצער חיל פֿון הימל שטײט לעבן אים פֿון זײַן רעכטער זײַט און פֿון זײַן לינקער.

20 און ה׳ האָט געזאָגט: װער װעט אָנרעדן אַחאָבֿן, ער זאָל אַרױפֿגײן און פֿאַלן אין רָמוֹת-גִלעָד? האָט דער געזאָגט אַזױ, און דער זאָגט אַזױ. 21 איז אַרױסגעגאַנגען דער גײַסט, און האָט זיך געשטעלט פֿאַר ה׳, און האָט געזאָגט: איך װעל אים אָנרעדן. 22 האָט ה׳ צו אים געזאָגט: מיט װאָס? האָט ער געזאָגט: איך װעל אַרױסגײן און װערן אַ גײַסט פֿון ליגן אין מױל פֿון אַלע זײַנע נבֿיאים. האָט ער געזאָגט: װעסט אָנרעדן, און װעסט אױך אױספֿירן; גײ אַרױס און טו אַזױ. 23 און אַצונד, זע, ה׳ האָט אַרײַנגעגעבן אַ גײַסט פֿון ליגן אין מױל פֿון אַלע די דאָזיקע נבֿיאים דײַנע, אָבער ה׳ האָט אָנגעזאָגט אױף דיר שלעכטס.

24 האָט זיך דערנענטערט און האָט געזאָגט צִדקִיָהו דער זון פֿון כּנַעֲנָהן, און האָט געשלאָגן מיכָיָהון אױפֿן באַק, און ער האָט געזאָגט: אױף װאָסער איז דער גײַסט פֿון ה׳ אַװעקגעגאַנגען פֿון מיר, כּדי צו רעדן מיט דיר?

25 האָט מיכָיָהו געזאָגט: אָט װעסטו זען אין יענעם טאָג, װען דו װעסט אַרײַנגײן אין אַ קאַמער הינטער אַ קאַמער זיך צו באַהאַלטן.

26 האָט דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל געזאָגט: נעם מיכָיָהון, און קער אים אום צו אָמוֹן דעם האַר פֿון דער שטאָט, און צו יוֹאָש דעם מלכס זון.

27 און זאָלסט זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט דער מלך: טוט אַרײַן דעם דאָזיקן אין געפֿענקעניש, און שפּײַזט אים מיט קאַרג ברױט און קאַרג װאַסער, ביז איך קום בשלום. 28 האָט מיכָיָהו געזאָגט: אױב אומקערן װעסטו זיך אומקערן בשלום, האָט ה׳ נישט גערעדט דורך מיר. און ער האָט געזאָגט: הערט דאָס צו, איר פֿעלקער אַלע.

29 און דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל און יהוֹשָפֿט דער מלך פֿון יהוּדה זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען קײן רָמוֹת-גִלעָד. 30 און דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל האָט געזאָגט צו יהוֹשָפֿטן: איך װעל זיך פֿאַרשטעלן און װעל אַרײַנגײן אין דער מלחמה, און דו טראָג דײַנע קלײדער. און דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל האָט זיך פֿאַרשטעלט, און איז אַרײַנגעגאַנגען אין דער מלחמה.

31 און דער מלך פֿון אַרָם האָט באַפֿױלן די צװײ און דרײַסיק הױפּטלײַט פֿון זײַנע רײַטװעגן, אַזױ צו זאָגן: איר זאָלט נישט מלחמה האַלטן מיט קלײן אָדער גרױס, נאָר בלױז מיטן מלך פֿון יִשׂרָאֵל אַלײן. 32 און עס איז געװען, װי די הױפּטלײַט פֿון די רײַטװעגן האָבן געזען יהוֹשָפֿטן, אַזױ האָבן זײ געזאָגט: דאָס איז געװיס דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל. און זײ האָבן זיך אַ קער געטאָן צו אים מלחמה צו האַלטן. האָט יהוֹשָפֿט אַ געשרײ געטאָן; 33 איז, װי די הױפּטלײַט פֿון די רײַטװעגן האָבן געזען אַז דאָס איז נישט דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ האָבן זײ זיך אָפּגעקערט פֿון הינטער אים.

34 און אַ מאַן האָט אָנגעצױגן דעם בױגן גלאַט אין דער װעלט, און האָט געטראָפֿן דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל צװישן אונטערפּאַנצער און צװישן ברוסטשילד. האָט ער געזאָגט צו זײַן טרײַבער: פֿאַרקער דײַן האַנט, און פֿיר מיך אַרױס פֿון דער מחנה, װאָרעם איך בין פֿאַרװוּנדט.

35 און די מלחמה איז געשטיגן אין יענעם טאָג; און דער מלך איז אױפֿגעהאַלטן געװאָרן שטײענדיק אין רײַטװאָגן אַנטקעגן אַרָם; און אין אָװנט איז ער געשטאָרבן. און דאָס בלוט פֿון דער װוּנד איז אַראָפּגערונען אױפֿן דעק פֿון רײַטװאָגן.

36 איז אַרױס אַ געשרײ דורך דער מחנה אַרום זון-אונטערגאַנג: איטלעכער צו זײַן שטאָט, און איטלעכער צו זײַן לאַנד!

37 אַזױ איז געשטאָרבן דער מלך; און ער איז געבראַכט געװאָרן קײן שוֹמרוֹן. און מע האָט באַגראָבן דעם מלך אין שוֹמרוֹן.

38 און אַז מע האָט אָפּגעשװענקט דעם רײַטװאָגן בײַם טײַך פֿון שוֹמרוֹן, האָבן די הינט געלעקט זײַן בלוט, און די זוֹנות האָבן זיך דרינען געװאַשן, אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון ה׳ װאָס ער האָט גערעדט.

39 און די איבעריקע זאַכן װעגן אַחאָבֿן, און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן, און דאָס הױז פֿון עלפֿנבײן װאָס ער האָט געבױט, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יִשׂרָאֵל.

40 און אַחאָבֿ האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און זײַן זון אַחַזיָהו איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.

41 און יהוֹשָפֿט דער זון פֿון אָסאָן איז געװאָרן מלך איבער יהוּדה אין פֿירטן יאָר פֿון אַחאָבֿ דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל. 42 פֿינף און דרײַסיק יאָר איז יהוֹשָפֿט אַלט געװען אַז ער איז געװאָרן מלך, און פֿינף און צװאַנציק יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען עַזוּבֿה די טאָכטער פֿון שִלחין. 43 און ער איז געגאַנגען אין אַל דעם װעג פֿון זײַן פֿאָטער אָסאָן – ער האָט זיך נישט אָפּגעקערט דערפֿון – צו טאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון ה׳. 44 נאָר די בָמות זײַנען נישט אָפּגעטאָן געװאָרן; דאָס פֿאָלק האָט נאָך אַלץ געשלאַכט און גערײכערט אױף די בָמות. 45 און יהוֹשָפֿט איז געװען אין שלום מיט דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל.

46 און די איבעריקע זאַכן װעגן יהוֹשָפֿט, און זײַן גבֿוּרהשאַפֿט װאָס ער האָט אױפֿגעטאָן, און װי ער האָט מלחמה געהאַלטן, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יהוּדה. 47 און דעם רעשט פֿון די שאַנדמענער, װאָס איז געבליבן אין די טעג פֿון זײַן פֿאָטער אָסאָן, האָט ער אױסגעראַמט פֿון לאַנד.

48 און קײן מלך איז נישט געװען אין אֶדוֹם; אַ געשטעלטער איז געװען מלך. 49 יהוֹשָפֿט האָט געמאַכט תַּרְשִיש-שיפֿן צו גײן קײן אוֹפֿיר נאָך גאָלד, אָבער ער איז נישט געגאַנגען, װאָרעם די שיפֿן זײַנען צעבראָכן געװאָרן בײַ עֶציוֹן-גֶבֶֿר.

50 דענצמאָל האָט אַחַזיָהו דער זון פֿון אַחאָבֿן געזאָגט צו יהוֹשָפֿטן: זאָלן מײַנע קנעכט גײן מיט דײַנע קנעכט אין די שיפֿן; אָבער יהוֹשָפֿט האָט נישט געװאָלט. 51 און יהוֹשָפֿט האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און ער איז באַגראָבן געװאָרן לעבן זײַנע עלטערן, אין זײַן פֿאָטער דָוִדס-שטאָט; און זײַן זון יהוֹרָם איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.

52 אַחַזיָהו דער זון פֿון אַחאָבֿן איז געװאָרן מלך איבער יִשׂרָאֵל אין שוֹמרוֹן אין זיבעצנטן יאָר פֿון יהוֹשָפֿט דעם מלך פֿון יהוּדה, און ער האָט געקיניגט איבער יִשׂרָאֵל צװײ יאָר. 53 און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳, און איז געגאַנגען אין דעם װעג פֿון זײַן פֿאָטער, און אין דעם װעג פֿון זײַן מוטער, און אין דעם װעג פֿון יָרָבֿעָם דעם זון פֿון נבָֿטן, װאָס האָט געמאַכט זינדיקן יִשׂרָאֵל. 54 און ער האָט געדינט בַעַל, און האָט זיך געבוקט צו אים, און האָט דערצערנט ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל, אַזױ װי אַלץ װאָס זײַן פֿאָטער האָט געטאָן.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-