Publicidade

1 Reis 13

1 ערשט אַ מאַן פֿון ג-ט איז אָנגעקומען פֿון יהוּדה דורך דעם װאָרט פֿון ה׳ קײן בֵית-אֵל, װען יָרָבֿעָם איז געשטאַנען אױפֿן מזבח צו דעמפֿן. 2 און ער האָט אױסגערופֿן צום מזבח דורך דעם װאָרט פֿון ה׳, און האָט געזאָגט:

מזבח! מזבח! אַזױ האָט ה׳ געזאָגט:

זע, אַ זון װערט געבאָרן דעם הױז פֿון דָוִד –

יֹאשִיָהו װעט זײַן נאָמען זײַן,

און ער װעט שעכטן אױף דיר

די כּהנים פֿון די בָמות װאָס דעמפֿן אױף דיר;

און בײנער פֿון מענטשן װעט מען פֿאַרברענען אױף דיר.

3 און ער האָט געגעבן אין יענעם טאָג אַ צײכן, אַזױ צו זאָגן: דאָס איז דער צײכן װאָס ה׳ האָט געזאָגט: זע, דער מזבח װערט צעריסן, און די אַש װאָס אױף אים װעט זיך אױסשיטן.

4 און עס איז געװען, װי דער מלך האָט געהערט דאָס װאָרט פֿון דעם מאַן פֿון ג-ט װאָס ער האָט אױסגערופֿן צום מזבח אין בֵית-אֵל, אַזױ האָט יָרָבֿעָם אױסגעשטרעקט זײַן האַנט פֿון מזבח, אַזױ צו זאָגן: כאַפּט אים. און זײַן האַנט װאָס ער האָט אױסגעשטרעקט אױף אים, איז אײַנגעדאַרט געװאָרן, און ער האָט זי נישט געקענט אומקערן צו זיך. 5 און דער מזבח איז צעריסן געװאָרן, און די אַש האָט זיך אױסגעשאָטן פֿון מזבח, אַזױ װי דער צײכן װאָס דער מאַן פֿון ג-ט האָט געגעבן דורך דעם װאָרט פֿון ה׳.

6 האָט דער מלך זיך אָפּגערופֿן און האָט געזאָגט צום מאַן פֿון ג-ט: בעט אַקאָרשט בײַ ה׳ דײַן ג-ט, און זײַ מתפּלל פֿאַר מיר, אַז מײַן האַנט זאָל זיך אומקערן צו מיר. האָט דער מאַן פֿון ג-ט געבעטן בײַ ה׳, און די האַנט פֿון דעם מלך האָט זיך אומגעקערט, און איז געװאָרן אַזױ װי פֿריִער.

7 האָט דער מלך געזאָגט צום מאַן פֿון ג-ט: קום מיט מיר אַהײם, און דערקװיק זיך, און איך װעל דיר געבן אַ מתּנה. 8 האָט דער מאַן פֿון ג-ט געזאָגט צום מלך: װען דו זאָלסט מיר געבן אַ האַלב הױז דײַנס, װעל איך נישט גײן מיט דיר, און װעל נישט עסן קײן ברױט און נישט טרינקען קײן װאַסער אין דעם דאָזיקן אָרט. 9 װאָרעם אַזױ האָט מען מיר באַפֿױלן דורך דעם װאָרט פֿון ה׳, אַזױ צו זאָגן: זאָלסט נישט עסן קײן ברױט און נישט טרינקען קײן װאַסער, און זאָלסט זיך נישט אומקערן אױף דעם װעג װאָס דו ביסט געגאַנגען.

10 און ער איז אַװעקגעגאַנגען מיט אַן אַנדער װעג, און האָט זיך נישט אומגעקערט מיט דעם װעג װאָס ער איז אױף אים געקומען קײן בֵית-אֵל.

11 און אײנער אַן אַלטער נבֿיא איז געזעסן אין בֵית-אֵל; איז געקומען אײנער פֿון זײַנע זין, און האָט אים דערצײלט די גאַנצע טוּונג װאָס דער מאַן פֿון ג-ט האָט געטאָן דעם טאָג אין בֵית-אֵל, און די װערטער װאָס ער האָט גערעדט צום מלך. און װי זײ האָבן עס דערצײלט זײער פֿאָטער, 12 אַזױ האָט זײער פֿאָטער צו זײ געזאָגט: װאָסער װעג איז ער געגאַנגען? און זײַנע זין האָבן געזען דעם װעג װאָס דער מאַן פֿון ג-ט װאָס איז געקומען פֿון יהוּדה, איז געגאַנגען. 13 האָט ער געזאָגט צו זײַנע זין: זאָטלט מיר אָן דעם אײזל. האָבן זײ אים אָנגעזאָטלט דעם אײזל, און ער איז אַװעקגעריטן אױף אים. 14 און ער איז געגאַנגען נאָך דעם מאַן פֿון ג-ט, און האָט אים געפֿונען זיצנדיק אונטער אַן אײכנבױם, און ער האָט צו אים געזאָגט: ביסט דו דער מאַן פֿון ג-ט װאָס איז געקומען פֿון יהוּדה? האָט ער געזאָגט: איך. 15 האָט ער צו אים געזאָגט: קום מיט מיר אַהײם, און עס ברױט. 16 האָט ער צו אים געזאָגט: איך קען זיך נישט אומקערן מיט דיר און קומען צו דיר, און איך װעל נישט עסן קײן ברױט און נישט טרינקען קײן װאַסער בײַ דיר אין דעם דאָזיקן אָרט.

17 װאָרעם אַן אָנזאָג האָב איך דורך דעם װאָרט פֿון ה׳: זאָלסט נישט עסן קײן ברױט און נישט טרינקען דאָרטן קײן װאַסער, און זאָלסט זיך נישט אומקערן צו גײן מיט דעם װעג װאָס דו ביסט אױף אים געגאַנגען. 18 האָט ער צו אים געזאָגט: איך בין אױך אַ נבֿיא אַזױ װי דו, און אַ מלאך האָט גערעדט צו מיר דורך דעם װאָרט פֿון ה׳, אַזױ צו זאָגן: קער אים אום מיט דיר אין דײַן הױז, און ער זאָל עסן ברױט און טרינקען װאַסער. ליגן האָט ער אים געזאָגט.

19 האָט ער זיך אומגעקערט מיט אים, און ער האָט געגעסן ברױט אין זײַן הױז, און געטרונקען װאַסער. 20 און עס איז געװען, װי זײַן זיצן בײַם טיש, אַזױ איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ געװען צו דעם נבֿיא װאָס האָט אים אומגעקערט. 21 און ער האָט אױסגערופֿן צו דעם מאַן פֿון ג-ט װאָס איז געקומען פֿון יהוּדה, אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: װײַל דו האָסט װידערשפּעניקט דעם מױל פֿון ה׳, און האָסט נישט געהיט דעם באַפֿעל װאָס ה׳ דײַן ג-ט האָט דיר באַפֿױלן, 22 און האָסט זיך אומגעקערט, און געגעסן ברױט און געטרונקען װאַסער אין דעם אָרט װאָס ער האָט דיר אָנגעזאָגט: זאָלסט נישט עסן קײן ברױט און נישט טרינקען קײן װאַסער – װעט דײַן טױטער לײַב נישט קומען צו דעם קבֿר פֿון דײַנע עלטערן.

23 און עס איז געװען, נאָך דעם װי ער האָט געגעסן ברױט, און נאָך דעם װי ער האָט געטרונקען, האָט ער אָנגעזאָטלט דעם אײזל פֿאַר אים – פֿאַר דעם נבֿיא װאָס ער האָט אים אומגעקערט. 24 און ער איז אַװעקגעגאַנגען, און אַ לײב האָט אים אָנגעטראָפֿן אין װעג, און האָט אים געטײט; און זײַן לײַב איז געלעגן אַװעקגעװאָרפֿן אױפֿן װעג, און דער אײזל איז געשטאַנען לעבן אים; אױך דער לײב איז געשטאַנען לעבן דעם טױטן לײַב. 25 ערשט מענטשן זײַנען פֿאַרבײַגעגאַנגען, און האָבן געזען דעם טױטן לײַב אַװעקגעװאָרפֿן אױפֿן װעג, און דעם לײב שטײענדיק לעבן דעם טױטן לײַב; זײַנען זײ געקומען און האָבן דערצײלט אין דער שטאָט װאָס דער אַלטער נבֿיא איז אין איר געזעסן. 26 האָט דערהערט דער נבֿיא װאָס האָט אים אומגעקערט פֿון װעג, און ער האָט געזאָגט: דאָס איז דער מאַן פֿון ג-ט װאָס האָט װידערשפּעניקט דעם מױל פֿון ה׳, און ה׳ האָט אים איבערגעגעבן צום לײב, און ער האָט אים צעריסן און אים געטײט, אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון ה׳ װאָס ער האָט צו אים גערעדט.

27 און ער האָט געהײסן זײַנע זין, אַזױ צו זאָגן: זאָטלט מיר אָן דעם אײזל. האָבן זײ אָנגעזאָטלט. 28 און ער איז געגאַנגען און האָט געפֿונען דעם טױטן לײַב אַװעקגעװאָרפֿן אױפֿן װעג, און דער אײזל און דער לײב שטײען לעבן דעם טױטן לײַב. נישט דער לײב האָט געגעסן דעם טױטן לײַב, און נישט ער האָט צעריסן דעם אײזל.

29 האָט דער נבֿיא אױפֿגעהױבן דעם טױטן לײַב פֿון דעם מאַן פֿון ג-ט, און האָט אים אַרױפֿגעלײגט אױפֿן אײזל, און האָט אים צוריקגעפֿירט; און ער איז געקומען אין דער שטאָט פֿון דעם אַלטן נבֿיא, צו באַקלאָגן און אים צו באַגראָבן. 30 און ער האָט געלײגט זײַן טױטן לײַב אין זײַן אײגענעם קבֿר, און מע האָט געקלאָגט אױף אים: װײ, מײַן ברודער!

31 און עס איז געװען נאָך דעם אַז ער האָט אים באַגראָבן האָט ער אָנגעזאָגט זײַנע זין, אַזױ צו זאָגן: אַז איך שטאַרב, זאָלט איר מיך באַגראָבן אין דעם קבֿר װאָס דער מאַן פֿון ג-ט איז אין אים באַגראָבן; לעבן זײַנע בײנער לײגט מײַנע בײנער. 32 װאָרעם געשען װעט געשען דאָס װאָרט װאָס ער האָט אױסגערופֿן דורך דעם װאָרט פֿון ה׳ איבער דעם מזבח װאָס אין בֵית-אֵל, און איבער אַלע הײַזער פֿון די בָמות װאָס אין די שטעט פֿון שוֹמרוֹן.

33 נאָך דער דאָזיקער געשעעניש האָט זיך יָרָבֿעָם נישט אָפּגעקערט פֿון זײַן שלעכטן װעג, און ער האָט װידער געמאַכט פֿון צװישן עַם האַרץ פֿאָלק כּהנים פֿון בָמות. װער עס האָט געװאָלט פֿלעגט ער דערפֿילן זײַן האַנט, ער זאָל װערן פֿון די כּהנים פֿון די בָמות. 34 און דורך דער דאָזיקער זאַך איז געװען אַ זינד אױף דעם הױז פֿון יָרָבֿעָם; כּדי עס אױסצוראָטן און פֿאַרטיליקן פֿון געזיכט פֿון דער ערד.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-