1 און דער מלך שלמה איז געװען מלך איבער גאַנץ יִשׂרָאֵל. 2 און דאָס זײַנען די האַרן װאָס ער האָט געהאַט: עַזַריָהו דער זון פֿון צָדוֹקן, דער כּהן; 3 אֶליחוֹרף און אַחִיָה, די זין פֿון שישאָן, שרײַבערס; יהוֹשָפֿט דער זון פֿון אַחילוּדן, דער דערמאָנער; 4 און בנָיָהוּ דער זון פֿון יהוֹיָדָען, איבערן חיל; און צָדוֹק און אֶבֿיָתָר, כּהנים; 5 און עַזַריָהו דער זון פֿון נָתָנען, איבער די געשטעלטע; און זָבֿוד דער זון פֿון נָתָנען, און אײבערמאַן, דעם מלכס חבֿר; 6 און אַחִישר, איבערן פּאַלאַץ; און אַדוֹנירם דער זון פֿון עַבֿדאָן, איבערן צינדז.
7 און שלמה האָט געהאַט צװעלף געשטעלטע איבער גאַנץ יִשׂרָאֵל, און זײ פֿלעגן אױסהאַלטן דעם מלך און זײַן הױז; אַ חודש אין יאָר פֿלעגט איטלעכער דאַרפֿן אױסהאַלטן. 8 און דאָס זײַנען זײערע נעמען:
דער זון פֿון חוּרן, אין דעם געבערג פֿון אפֿרים.
9 דער זון פֿון דֶקרן אין מָקַץ און אין שַעַלבֿים, און בֵית-שֶמֶש, און אֵלאָן-בֵית-חָנָן.
10 דער זון פֿון חֶסֶדן, אין אַרוּבות; אונטער אים איז געװען שׂוֹכוֹ, און דאָס גאַנצע לאַנד חֵפֿר.
11 דער זון פֿון אַבֿינָדָבֿן, אין דער גאַנצער געגנט פֿון *דוֹר; ער האָט געהאַט טָפֿת די טאָכטער פֿון שלמהן פֿאַר אַ װײַב.
12 בַעַנָא דער זון פֿון אַחילוּדן, אין תַּעֲנָך און מגִדוֹ, און גאַנץ בֵית-שְאָן װאָס לעבן צָרתָן אונטער יִזרְעֶאל, פֿון בֵית-שְאָן ביז אָבֿל-מחולה, ביז אױף יענער זײַן יָקמְעָם.
13 דער זון פֿון גֶבֶֿרן, אין רָמוֹת-גִלעָד; אונטער אים זײַנען געװען די דערפֿער פֿון יָאיר דעם זון פֿון מנַשֶהן, װאָס אין גִלעָד; אונטער אים איז געװען די געגנט פֿון אַרגוֹבֿ װאָס אין בָשָן, זעכציק גרױסע שטעט מיט מױערן און קופּערנע ריגלען.
14 אַחינָדָבֿ דער זון פֿון עִדאֹן, אין מַחנַיִם.
15 אַחימַעַץ, אין נַפֿתָּלי; ער אױך האָט גענומען בָשׂמַת די טאָכטער פֿון שלמהן פֿאַר אַ װײַב.
16 בַעַנָא דער זון פֿון חוּשַין, אין אָשֵר, און אין עָלות.
17 יהוֹשָפֿט דער זון פֿון פָּרוּחַן, אין יִשׂשָׂכָר.
18 שִמְעִי דער זון פֿון אֵלאָן אין בנימין.
19 גֶבֶֿר דער זון פֿון אורין, אין לאַנד גִלעָד, דעם לאַנד פֿון סיחון דעם מלך פֿון אֶמוֹרי, און פֿון עוֹג דעם מלך פֿון בָשָן. און אײן געשטעלטער װאָס איבערן גאַנצן לאַנד.
20 יהוּדה און יִשׂרָאֵל זײַנען געװען אַזױ װי דער זאַמד װאָס בײַם ים אין פֿילקײט. זײ האָבן געגעסן און געטרונקען און געװען פֿרײלעך.