Publicidade

1 Reis 15

1 און אין אַכצענטן יאָר פֿון מלך יָרָבֿעָם דעם זון פֿון נבָֿטן, איז אַבֿיָם געװאָרן מלך איבער יהוּדה. 2 דרײַ יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען מַעֲכָה די טאָכטער פֿון אַבֿישָלומען. 3 און ער איז געגאַנגען אין אַלע זינד פֿון זײַן פֿאָטער, װאָס ער האָט געטאָן פֿאַר אים, און זײַן האַרץ איז נישט געװען גאַנץ מיט ה׳ זײַן ג-ט אַזױ װי דאָס האַרץ פֿון זײַן פֿאָטער דָוִדן. 4 אָבער פֿון דָוִדס װעגן האָט אים ה׳ זײַן ג-ט געשאָנקען אַ ליכט אין ירושָלַיִם, אױפֿצושטעלן זײַן זון נאָך אים, און אױפֿצוהאַלטן ירושָלַיִם. 5 װײַל דָוִד האָט געטאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון ה׳, און האָט זיך נישט אָפּגעקערט פֿון אַלץ װאָס ער האָט אים באַפֿױלן, אַלע טעג פֿון זײַן לעבן, אַחוץ אין דער מעשׂה מיט אוּרִיה דעם חִתּי.

6 און אַ מלחמה איז געװען צװישן רחַבֿעָמען און צװישן יָרָבֿעָמען אַלע טעג פֿון זײַן לעבן.

7 און די איבעריקע זאַכן װעגן אַבֿיָמען, און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יהוּדה. און אַ מלחמה איז געװען צװישן אַבֿיָמען און צװישן יָרָבֿעָמען.

8 און אַבֿיָם האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און מע האָט אים באַגראָבן אין דָוִדס-שטאָט. און זײַן זון אָסאָ איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.

9 און אין צװאַנציקסטן יאָר פֿון יָרָבֿעָם דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל, איז אָסאָ געװאָרן מלך איבער יהוּדה. 10 און אײן און פֿערציק יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען מַעֲכָה די טאָכטער פֿון אַבֿישָלומען.

11 און אָסאָ האָט געטאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון ה׳, אַזױ װי זײַן פֿאָטער דָוִד. 12 און ער האָט אָפּגעשאַפֿט פֿון לאַנד די שאַנדמענער, און האָט אָפּגעטאָן אַלע אָפּגעטער װאָס זײַנע עלטערן האָבן געמאַכט. 13 און אױך זײַן מוטער מַעֲכָהן האָט ער אָפּגעטאָן פֿון זײַן אַ האַרינטע, װײַל זי האָט געמאַכט אַן אָפּגאָט צו דער אַשֵרָה. און אָסאָ האָט אָפּגעהאַקט איר געצען-בילד, און פֿאַרברענט בײַם טאָל קִדרוֹן. 14 נאָר די בָמות זײַנען נישט אָפּגעטאָן געװאָרן; אָבער דאָס האַרץ פֿון אָסאָן איז געװען גאַנץ מיט ה׳ אַלע זײַנע טעג. 15 און ער האָט געבראַכט די געהײליקטע זאַכן פֿון זײַן פֿאָטער, און זײַנע אײגענע געהײליקטע זאַכן, אין הױז פֿון ה׳, זילבער, און גאָלד, און כּלים.

16 און אַ מלחמה איז געװען צװישן אָסאָן און צװישן בַעְשָא דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל אַלע זײערע טעג. 17 און בַעְשָא דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל איז אַרױפֿגעגאַנגען אױף יהוּדה, און האָט געבױט רָמָה, כּדי נישט צו דערלאָזן אַן אַרױסגײער און אַן אַרײַנגײער בײַ אָסאָ דעם מלך פֿון יהוּדה.

18 האָט אָסאָ גענומען דאָס גאַנצע זילבער און גאָלד װאָס איז געבליבן אין די אוֹצרות פֿון ה׳ס הױז, און די אוֹצרות פֿון מלכס הױז, און האָט זײ געגעבן אין דער האַנט פֿון זײַנע קנעכט; און דער מלך אָסאָ האָט זײ געשיקט צו בֶן-הַדַד דעם זון פֿון טַבֿרִמון דעם זון פֿון חֶזיונען, דעם מלך פֿון אַרָם, װאָס איז געזעסן אין דַמֶשֶׂק, אַזױ צו זאָגן: 19 אַ ברית איז צװישן מיר און צװישן דיר, צװישן מײַן פֿאָטער און צװישן דײַן פֿאָטער; אָט שיק איך דיר אַ מתּנה זילבער, און גאָלד; גײ, פֿאַרשטער דײַן ברית מיט בַעְשָא דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל, כּדי ער זאָל אָפּציִען פֿון מיר.

20 האָט בֶן-הַדַד צוגעהערט צום מלך אָסאָ, און ער האָט געשיקט זײַנע חיל-לידער אױף די שטעט פֿון יִשׂרָאֵל, און האָט געשלאָגן עִיוֹן, און דָן, און אָבֿל-בֵית-מעכָה, און גאַנץ כִּנרוֹת, מיט דעם גאַנצן לאַנד נַפֿתָּלי.

21 און עס איז געװען, װי בַעְשָא האָט דערהערט, אַזױ האָט ער אױפֿגעהערט אַרומבױען רָמָה, און איז געזעסן אין תִּרצָה. 22 און דער מלך אָסאָ האָט צונױפֿגערופֿן גאַנץ יהוּדה, קײנעם נישט אױסגעלאָזט, און זײ האָבן אַװעקגעטראָגן די שטײנער פֿון רָמָה און אירע האָלצן, מיט װאָס בַעְשָא האָט געבױט; און דער מלך אָסאָ האָט מיט זײ באַבױט גֶבַֿע-בנימין, און מִצפָּה.

23 און די איבעריקע זאַכן װעגן אָסאָן, און זײַן גאַנצע גבֿוּרהשאַפֿט, און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן, און די שטעט װאָס ער האָט געבױט, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יהוּדה. נאָר צו דער צײַט פֿון זײַן עלטער איז ער קראַנק געװאָרן אױף די פֿיס.

24 און אָסאָ האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און ער איז באַגראָבן געװאָרן לעבן זײַנע עלטערן אין זײַן פֿאָטער דָוִדס-שטאָט, און זײַן זון יהוֹשָפֿט איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.

25 און נָדָבֿ דער זון פֿון יָרָבֿעָמען איז געװאָרן מלך איבער יִשׂרָאֵל אין צװײטן יאָר פֿון אָסאָ דעם מלך פֿון יהוּדה, און ער האָט געקיניגט איבער יִשׂרָאֵל צװײ יאָר. 26 און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳, און איז געגאַנגען אין דעם װעג פֿון זײַן פֿאָטער, און אין זײַן זינד װאָס ער האָט געמאַכט זינדיקן יִשׂרָאֵל.

27 און בַעְשָא דער זון פֿון אַחִיָהן, פֿון דעם הױז פֿון יִשׂשָׂכָר, האָט געמאַכט אַ בונט אױף אים, און בַעְשָא האָט אים געשלאָגן אין גִבתוֹן װאָס געהערט צו די פּלִשתּים, װען נָדָבֿ און גאַנץ יִשׂרָאֵל האָבן געלעגערט אױף גִבתוֹן. 28 און בַעְשָא האָט אים געטײט אין דריטן יאָר פֿון אָסאָ דעם מלך פֿון יהוּדה, און איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט. 29 און עס איז געװען, װי ער איז געװאָרן מלך, האָט ער דערשלאָגן דאָס גאַנצע הױז פֿון יָרָבֿעָמען; ער האָט נישט איבערגעלאָזן קײן לעבעדיקן אָטעם פֿון יָרָבֿעָמען, ביז ער האָט אים פֿאַרטיליקט, אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון ה׳ װאָס ער האָט גערעדט דורך זײַן קנעכט אַחִיָהן פֿון שילוֹ; 30 פֿאַר די זינד פֿון יָרָבֿעָמען װאָס ער האָט געזינדיקט, און װאָס ער האָט געמאַכט זינדיקן יִשׂרָאֵל; פֿון װעגן זײַן דערצערענונג װאָס ער האָט דערצערנט ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל.

31 און די איבעריקע זאַכן װעגן נָדָבֿן, און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יִשׂרָאֵל.

32 און אַ מלחמה איז געװען צװישן אָסאָן און צװישן בַעְשָא דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל אַלע זײערע טעג.

33 אין דריטן יאָר פֿון אָסאָ דעם מלך פֿון יהוּדה, איז בַעְשָא דער זון פֿון אַחִיָהן געװאָרן מלך איבער גאַנץ יִשׂרָאֵל אין תִּרצָה, פֿיר און צװאַנציק יאָר. 34 און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳, און איז געגאַנגען אין דעם װעג פֿון יָרָבֿעָמען, און אין זײַן זינד װאָס ער האָט געמאַכט זינדיקן יִשׂרָאֵל.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-