Publicidade

1 Reis 16

1 און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו יֵהוּא דעם זון פֿון חַנָנין, אױף בַעְשָאן, אַזױ צו זאָגן: 2 װײַל איך האָב דיך אױפֿגעהױבן פֿון שטױב, און האָב דיך געמאַכט פֿאַר אַ פֿירשט איבער מײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל, און דו ביסט געגאַנגען אין דעם װעג פֿון יָרָבֿעָמען, און האָסט געמאַכט זינדיקן מײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל מיך צו דערצערענען מיט זײערע זינד – 3 אָט ראַם איך אױס בַעְשָאן און זײַן הױז, און װעל מאַכן דײַן הױז װי דאָס הױז פֿון יָרָבֿעָם דעם זון פֿון נבָֿטן. 4 דעם װאָס שטאַרבט פֿון בַעְשָאן אין שטאָט, װעלן די הינט אױפֿעסן, און דעם װאָס שטאַרבט פֿון אים אין פֿעלד, װעלן די פֿױגלען פֿון הימל אױפֿעסן.

5 און די איבעריקע זאַכן װעגן בַעְשָאן, און װאָס ער האָט געטאָן, און זײַן גבֿוּרהשאַפֿט, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יִשׂרָאֵל.

6 און בַעְשָא האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און ער איז באַגראָבן געװאָרן אין תִּרצָה, און זײַן זון אֵלָה איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.

7 און אױך איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ געװען דורך יֵהוּא דעם זון פֿון חַנָנין, דעם נבֿיא, אױף בַעְשָאן און אױף זײַן הױז, אי פֿאַר אַלעם בײזן װאָס ער האָט געטאָן אין די אױגן פֿון ה׳, אים צו דערצערענען מיט די מעשׂים פֿון זײַנע הענט, צו זײַן אַזױ װי דאָס הױז פֿון יָרָבֿעָמען, אי פֿאַר װאָס ער האָט אים דערשלאָגן.

8 אין זעקס און צװאַנציקסטן יאָר פֿון אָסאָ דעם מלך פֿון יהוּדה, איז אֵלָה דער זון פֿון בַעְשָאן געװאָרן מלך איבער יִשׂרָאֵל אין תִּרצָה, צװײ יאָר.

9 און זײַן קנעכט זִמרי, אַ הױפּטמאַן איבער אַ העלפֿט פֿון די רײַטװעגן, האָט געמאַכט אַ בונט אױף אים, בעת ער איז געװען אין תִּרצָה, זיך שכּור טרינקענדיק אין הױז פֿון אַרצאָן װאָס איבערן פּאַלאַץ אין תִּרצָה. 10 און זִמרי איז געקומען, און האָט אים געשלאָגן און אים געטײט, אין זיבן און צװאַנציקסטן יאָר פֿון אָסאָ דעם מלך פֿון יהוּדה, און איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.

11 און עס איז געװען, װי ער איז געװאָרן מלך, אַז ער האָט זיך געזעצט אױף זײַן טראָן, האָט ער דערשלאָגן דאָס גאַנצע הױז פֿון בַעְשָאן; ער האָט אים נישט איבערגעלאָזן אַ מאַנספּאַרשױן, צו מאָל זײַנע אײגענע און זײַנע גוטע פֿרײַנט. 12 און זִמרי האָט פֿאַרטיליקט דאָס גאַנצע הױז פֿון בַעְשָאן, אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון ה׳ װאָס ער האָט גערעדט װעגן בַעְשָאן דורך יֵהוּא דעם נבֿיא, 13 פֿאַר אַלע זינד פֿון בַעְשָאן, און די זינד פֿון זײַן זון אֵלָהן, װאָס זײ האָבן געזינדיקט, און װאָס זײ האָבן געמאַכט זינדיקן יִשׂרָאֵל, צו דערצערענען ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל מיט זײערע נישטיקע געצן.

14 און די איבעריקע זאַכן װעגן אֵלָהן, און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יִשׂרָאֵל.

15 אין זיבן און צװאַנציקסטן יאָר פֿון אָסאָ דעם מלך פֿון יהוּדה, האָט זִמרי געקיניגט זיבן טעג אין תִּרצָה, בעת דאָס פֿאָלק האָט געלאַגערט אױף גִבתוֹן װאָס געהערט צו די פּלִשתּים. 16 און דאָס פֿאָלק װאָס האָט געלאַגערט האָט געהערט, אַזױ צו זאָגן: זִמרי האָט געמאַכט אַ בונט, און ער האָט אױך דערשלאָגן דעם מלך; און גאַנץ יִשׂרָאֵל האָבן געמאַכט עָמרי דעם חיל-לידער פֿאַר אַ מלך איבער יִשׂרָאֵל, אין יענעם טאָג אין לאַגער. 17 און עָמרי און גאַנץ יִשׂרָאֵל מיט אים זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען פֿון גִבתוֹן, און האָבן געלעגערט אױף תִּרצָה.

18 און עס איז געװען, װי זִמרי האָט געזען אַז די שטאָט איז באַצװוּנגען, אַזױ איז ער אַרײַנגעגאַנגען אין פּאַלאַץ פֿון מלכס הױז, און האָט אָנגעצונדן איבער זיך דעם מלכס הױז אין פֿײַער, און איז געשטאָרבן; 19 איבער זײַנע זינד װאָס ער האָט געזינדיקט, צו טאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳, צו גײן אין די װעג פֿון יָרָבֿעָמען, און פֿאַר זײַן זינד װאָס ער איז באַגאַנגען צו מאַכן זינדיקן יִשׂרָאֵל.

20 און די איבעריקע זאַכן װעגן זִמרין, און זײַן בונט װאָס ער האָט געבונטעװעט, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יִשׂרָאֵל.

21 דענצמאָל האָט זיך דאָס פֿאָלק יִשׂרָאֵל צעטײלט אין העלפֿט: העלפֿט פֿון פֿאָלק איז געװען הינטער תִּבֿני דעם זון פֿון גינתן, אים צו מאַכן פֿאַר מלך און העלפֿט הינטער עָמרין. 22 און דאָס פֿאָלק װאָס הינטער עָמרין האָט איבערגעשטאַרקט דאָס פֿאָלק װאָס הינטער תִּבֿני דעם זון פֿון גינתן. און תִּבֿני איז אומגעקומען, און עָמרי איז געבליבן מלך.

23 אין אײן און דרײַסיקסטן יאָר פֿון אָסאָ דעם מלך פֿון יהוּדה איז עָמרי געװאָרן מלך איבער יִשׂרָאֵל, צװעלף יאָר; אין תִּרצָה האָט ער געקיניגט זעקס יאָר. 24 און ער האָט אָפּגעקױפֿט דעם באַרג שוֹמרוֹן פֿון שֶמֶרן פֿאַר צװײ צענטנער זילבער, און האָט באַבױט דעם באַרג, און גערופֿן דעם נאָמען פֿון דער שטאָט װאָס ער האָט געבױט, אױף דעם נאָמען פֿון שֶמֶר, דעם האַר פֿון דעם באַרג, שוֹמרוֹן.

25 און עָמרי האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳, און ער האָט זיך געפֿירט ערגער װי אַלע װאָס פֿאַר אים. 26 און ער איז געגאַנגען אין אַל דעם װעג פֿון יָרָבֿעָם דעם זון פֿון נבָֿטן, און אין זײַן זינד װאָס ער האָט געמאַכט זינדיקן יִשׂרָאֵל, צו דערצערענען ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל מיט זײערע נישטיקע געצן.

27 און די איבעריקע זאַכן פֿון עָמרין װאָס ער האָט געטאָן, און זײַן גבֿוּרהשאַפֿט װאָס ער האָט אױפֿגעטאָן, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יִשׂרָאֵל.

28 און עָמרי האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און איז באַגראָבן געװאָרן אין שוֹמרוֹן, און זײַן זון אַחאָבֿ איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.

29 און אַחאָבֿ דער זון פֿון עָמרין איז געװאָרן מלך איבער יִשׂרָאֵל אין אַכט און דרײַסיקסטן יאָר פֿון אָסאָ דעם מלך פֿון יהוּדה. און אַחאָבֿ דער זון פֿון עָמרין האָט געקיניגט איבער יִשׂרָאֵל אין שוֹמרוֹן צװײ און צװאַנציק יאָר.

30 און אַחאָבֿ דער זון פֿון עָמרין האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳, מער פֿון אַלע װאָס פֿאַר אים. 31 און װינציק זײַן גײן אין די זינד פֿון יָרָבֿעָם דעם זון פֿון נבָֿטן, האָט ער נאָך גענומען פֿאַר אַ װײַב אִיזֶבֿל די טאָכטער פֿון אֶתבַעַל דעם מלך פֿון די צידוֹנים, און איז געגאַנגען און האָט געדינט בַעַל, און זיך געבוקט צו אים. 32 און ער האָט אױפֿגעשטעלט אַ מזבח צו בַעַל, אין דעם הױז פֿון בַעַל װאָס ער האָט געבױט אין שוֹמרוֹן. 33 און אַחאָבֿ האָט געמאַכט די אַשֵרָה; און אַחאָבֿ האָט געטאָן מער צו דערצערענען ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל, װי אַלע מלכים פֿון יִשׂרָאֵל װאָס זײַנען געװען פֿאַר אים.

34 אין זײַנע טעג האָט חיאֵל פֿון בֵית-אֵל אָפּגעבױט יריחוֹ. מיט אַבֿירָם זײַן בכוֹר האָט ער געלײגט איר גרונטפֿעסט, און מיט שׂגובֿ זײַן ייִנגסטן האָט ער אַרײַנגעשטעלט אירע טירן, אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון ה׳ װאָס ער האָט גערעדט דורך יְהוֹשועַ דעם זון פֿון נון.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-