Publicidade

1 Reis 8

1 דענצמאָל האָט שלמה אײַנגעזאַמלט די עלטסטע פֿון יִשׂרָאֵל, און אַלע הױפּטלײַט פֿון די שבֿטים, די פֿירשטן פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, צו מלך שלמה קײן ירושָלַיִם, כּדי אַרױפֿצוברענגען דעם אָרון פֿון ה׳ס ברית פֿון דָוִדס-שטאָט, דאָס איז צִיוֹן. 2 און אַלע מענער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן זיך אײַנגעזאַמלט צום מלך שלמה אױף יוֹם-טובֿ, אין מאָנאַט אֵתָנים, דאָס איז דער זיבעטער חודש. 3 און אַלע עלטסטע פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען געקומען, און די כּהנים האָבן געטראָגן דעם אָרון. 4 זײ האָבן אַרױפֿגעבראַכט דעם אָרון פֿון ה׳, און דעם אוֹהל-מוֹעד, און אַלע הײליקע כּלים װאָס אין געצעלט – די כּהנים און די לוִיִים האָבן זײ אַרױפֿגעבראַכט. 5 און דער מלך שלמה און מיט אים די גאַנצע עדה פֿון יִשׂרָאֵל װאָס איז זיך צונױפֿגעקומען בײַ אים, זײַנען געװען פֿאַר דעם אָרון, שלאַכטנדיק שאָף און רינדער, װאָס האָבן נישט געקענט געצײלט װערן און נישט באַטראַכט װערן פֿון פֿילקײט. 6 און די כּהנים האָבן אַרײַנגעבראַכט דעם אָרון פֿון ה׳ס ברית אױף זײַן אָרט, אין דעם דבֿיר פֿון הױז, אין קדשֵי-קָדשים, אונטער די פֿליגלען פֿון די כּרובֿים. 7 װאָרעם די כּרובֿים האָבן אױסגעשפּרײט די פֿליגלען איבער דעם אָרט פֿון אָרון, און די כּרובֿים האָבן געשירעמט איבער דעם אָרון און איבער זײַנע שטאַנגען פֿון אױבן. 8 און די שטאַנגען זײַנען געװען אַזױ לאַנג אַז די שפּיצן פֿון די שטאַנגען זײַנען געזען געװאָרן פֿון הײליקטום פֿאַרן דבֿיר, אָבער זײ זײַנען נישט געזען געװאָרן װײַטער אַרױס. און זײ זײַנען דאָרטן געבליבן ביז אױף הײַנטיקן טאָג.

9 גאָרנישט איז אין אָרון געװען, נאָר די צװײ שטײנערנע לוחות װאָס משה האָט אַהין אַרײַנגעלײגט אין חוֹרֵבֿ, בעת ה׳ האָט געשלאָסן אַ בונד מיט די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, װען זײ זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון לאַנד מִצרַיִם.

10 און עס איז געװען, װי די כּהנים זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון הײליקטום, אַזױ האָט אַ װאָלקן אָנגעפֿילט דאָס הױז פֿון ה׳. 11 און די כּהנים האָבן נישט געקענט זיך שטעלן טאָן דעם דינסט פֿון װעגן דעם װאָלקן, װאָרעם די פּראַכט פֿון ה׳ האָט אָנגעפֿילט דאָס הױז פֿון ה׳.

12 דענצמאָל האָט שלמה געזאָגט:

ה׳ האָט געזאָגט אין װאָלקן צו רוען;

13 האָב איך בױען געבױט דיר

אַ הױז פֿאַר אַ װױנונג,

אַן אָרט דיר צו זיצן אױף אײביק.

14 און דער מלך האָט אומגעדרײט זײַן פּנים, און האָט געבענטשט די גאַנצע אײַנזאַמלונג פֿון יִשׂרָאֵל, און די גאַנצע אײַנזאַמלונג פֿון יִשׂרָאֵל איז געשטאַנען. 15 און ער האָט געזאָגט: ברוך ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל, װאָס האָט מיט זײַן מױל גערעדט צו מײַן פֿאָטער דָוִדן, און מיט זײַן האַנט דערפֿילט, אַזױ צו זאָגן: 16 פֿון דעם טאָג װאָס איך האָב אַרױסגעצױגן מײַן פֿאָלק, יִשׂרָאֵל, פֿון מִצרַיִם, האָב איך נישט אױסדערװײלט קײן שטאָט פֿון אַלע שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל אױף צו בױען אַ הױז אַז מײַן נאָמען זאָל דאָרטן זײַן, אָבער איך האָב אױסדערװײלט דָוִדן צו זײַן איבער מײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל. 17 און עס איז געװען אין האַרצן פֿון מײַן פֿאָטער דָוִדן צו בױען אַ הױז צו דעם נאָמען פֿון ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל. 18 אָבער ה׳ האָט געזאָגט צו מײַן פֿאָטער דָוִדן: אַזױ װי דו האָסט געהאַט אין האַרצן צו בױען אַ הױז צו מײַן נאָמען, האָסטו גוט געטאָן װאָס דו האָסט דאָס געהאַט אין האַרצן. 19 אָבער נישט דו װעסט בױען דאָס הױז, נײַערט דײַן זון װאָס גײט אַרױס פֿון דײַנע לענדן, ער װעט בױען דאָס הױז צו מײַן נאָמען. 20 און ה׳ האָט מקײם געװען זײַן צוזאָג װאָס ער האָט צוגעזאָגט, און איך בין אױפֿגעשטאַנען אױף דעם אָרט פֿון מײַן פֿאָטער דָוִד, און איך האָב זיך געזעצט אױף דעם טראָן פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ װי ה׳ האָט געזאָגט, און איך האָב געבױט דאָס הױז צו דעם נאָמען פֿון ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל. 21 און איך האָב דאָרטן געמאַכט אַן אָרט פֿאַר דעם אָרון, װאָס דאָרטן איז דער ברית פֿון ה׳, װאָס ער האָט געשלאָסן מיט אונדזערע עלטערן, װען ער האָט זײ אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם.

22 און שלמה האָט זיך געשטעלט פֿאַר דעם מזבח פֿון ה׳, אַקעגן דער גאַנצער אײַנזאַמלונג פֿון יִשׂרָאֵל, און האָט אױסגעשפּרײט זײַנע הענט צום הימל. 23 און ער האָט געזאָגט: ה׳ דו אלוקי יִשׂרָאֵל, נישטאָ אין הימל אױבן אָדער אױף דער ערד אונטן אַן אלֹקים װי דו, װאָס היטסט דעם ברית און די גענאָד צו דײַנע קנעכט װאָס גײען פֿאַר דיר מיט זײער גאַנצן האַרצן; 24 װאָס האָסט געהיט דײַן קנעכט, מײַן פֿאָטער דָוִדן, דאָס װאָס דו האָסט אים צוגעזאָגט; און מיט דײַן מױל האָסטו גערעדט, און מיט דײַן האַנט דערפֿילט, אַזױ װי הײַנטיקן טאָג. 25 און אַצונד, ה׳ דו אלוקי יִשׂרָאֵל, האַלט דײַן קנעכט, מײַן פֿאָטער דָוִדן, דאָס װאָרט דו האָסט צו אים גערעדט, אַזױ צו זאָגן: עס װעט דיר נישט פֿאַרשניטן װערן פֿון פֿאַר מיר אַ מאַן צו זיצן אױף דעם טראָן פֿון יִשׂרָאֵל, אױב נאָר דײַנע קינדער װעלן היטן זײער װעג, צו גײן פֿאַר מיר אַזױ װי דו ביסט געגאַנגען פֿאַר מיר. 26 און אַצונד, אלוקי יִשׂרָאֵל, זאָל, איך בעט דיך, באַװערט װערן דײַן צוזאָג װאָס דו האָסט צוגעזאָגט דײַן קנעכט, מײַן פֿאָטער דָוִדן.

27 װאָרעם קען אין דער אמתן אלֹקים װױנען אױף דער ערד? אַז די הימלען און די הימלען פֿון די הימלען קענען דיך נישט אַרײַננעמען, הײַנט װי שױן דאָס דאָזיקע הױז װאָס איך האָב געבױט! 28 אָבער קער זיך צו דער תּפֿילה פֿון דײַן קנעכט, און צו זײַן בקשה, ה׳ מײַן ג-ט, צוצוהערן צו דעם געשרײ און צו דער תּפֿילה װאָס דײַן קנעכט איז מתפּלל פֿאַר דיר הײַנט, 29 אַז דײַנע אױגן זאָלן זײַן אָפֿן אױף דעם דאָזיקן הױז נאַכט און טאָג, אױף דעם אָרט, װאָס דו האָסט געזאָגט: מײַן נאָמען זאָל דאָרטן זײַן; צוצוהערן צו דער תּפֿילה װאָס דײַן קנעכט װעט מתפּלל זײַן אַקעגן דעם דאָזיקן אָרט. 30 און זאָלסט צוהערן צו דער בקשה פֿון דײַן קנעכט, און פֿון דײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל, װאָס זײ װעלן מתפּלל זײַן אַקעגן דעם דאָזיקן אָרט; און דו זאָלסט הערן אין דעם אָרט פֿון דײַן װױנונג, אין הימל, און אַז דו װעסט הערן, זאָלסטו פֿאַרגעבן.

31 אַז אַ מאַן װעט זינדיקן קעגן זײַן חבֿר, און מע װעט אַרױפֿלײגן אױף אים אַ שבֿועה אים צו באַשװערן, און ער װעט קומען און שװערן פֿאַר דײַן מזבח אין דעם דאָזיקן הױז, 32 זאָלסט דו צוהערן אין הימל, און טאָן, און משפּטן דײַנע קנעכט, צו מאַכן שולדיק דעם שולדיקן, צו געבן דעם װעג אױף זײַן קאָפּ; און צו מאַכן גערעכט דעם גערעכטן, אים צו געבן לױט זײַן גערעכטיקײט.

33 און דײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל װעט געשלאָגן װערן פֿאַרן פֿײַנט, װײַל זײ האָבן געזינדיקט צו דיר, און זײ װעלן זיך אומקערן צו דיר, און װעלן באַקענען דײַן נאָמען, און װעלן מתפּלל זײַן און בעטן צו דיר אין דעם דאָזיקן הױז, 34 זאָלסט דו צוהערן אין הימל, און פֿאַרגעבן די זינד פֿון דײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל, און זאָלסט זײ אומקערן אױף דער ערד װאָס דו האָסט געגעבן זײערע עלטערן.

35 אַז דער הימל װעט זײַן פֿאַרשלאָסן, און עס װעט נישט זײַן קײן רעגן, װײַל זײ האָבן געזינדיקט צו דיר, און זײ װעלן מתפּלל זײַן אַקעגן דעם דאָזיקן אָרט, און װעלן באַקענען דײַן נאָמען, און זיך אומקערן פֿון זײער זינד, װען דו האָסט זײ געפּײַניקט, 36 זאָלסט דו צוהערן אין הימל, און פֿאַרגעבן די זינד פֿון דײַנע קנעכט און דײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל, װען דו װעסט זײ האָבן געװיזן דעם גוטן װעג װאָס זײ זאָלן אױף אים גײן; און זאָלסט געבן רעגן אױף דײַן לאַנד, װאָס דו האָסט געגעבן דײַן פֿאָלק פֿאַר אַ נחלה.

37 אַז עס װעט זײַן אַ הונגער אין לאַנד, אַז עס װעט זײַן אַ מגפֿה, אַז עס װעט זײַן אַ קאָרנבראַנד, אַ װעלקעניש, אַ הײשעריק, אַ גראָזפֿרעסער; אַז זײַן פֿײַנט װעט אים באַלעגערן אין דעם לאַנד פֿון זײַנע שטעט; װאָס נאָר פֿאַר אַ פּלאָג, װאָס נאָר פֿאַר אַ קראַנקשאַפֿט; 38 װאָס נאָר פֿאַר אַ תּפֿילה, װאָס נאָר פֿאַר אַ בקשה, עס װעט זײַן בײַ עמיצן אײנעם פֿון דײַן גאַנצן פֿאָלק יִשׂרָאֵל, װען איטלעכער פֿון זײ שפּירט די פּלאָגעניש פֿון זײַן האַרצן, און ער שפּרײט אױס זײַנע הענט צו דעם דאָזיקן הױז, 39 זאָלסט דו צוהערן אין הימל, דעם אָרט פֿון דײַן װױנונג, און זאָלסט פֿאַרגעבן, און זאָלסט טאָן, און געבן איטלעכן לױט אַלע זײַנע װעגן, אַזױ װי דו װײסט זײַן האַרץ – װאָרעם דו אַלײן װײסט דאָס האַרץ פֿון אַלע מענטשנקינדער – 40 כּדי זײ זאָלן מורא האָבן פֿאַר דיר אַלע טעג װאָס זײ לעבן אױף דער ערד װאָס דו האָסט געגעבן אונדזערע עלטערן.

41 און אױך צו דעם פֿרעמדן װאָס ער איז נישט פֿון דײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל, אַז ער װעט קומען פֿון אַ װײַטן לאַנד פֿון װעגן דײַן נאָמען 42 – װאָרעם זײ װעלן הערן פֿון דײַן גרױסן נאָמען, און פֿון דײַן שטאַרקער האַנט, און פֿון דײַן אױסגעשטרעקטן אָרעם – און ער װעט קומען און װעט מתפּלל זײַן אַקעגן דעם דאָזיקן הױז, 43 זאָלסט דו צוהערן אין הימל, דעם אָרט פֿון דײַן װױנונג, און זאָלסט טאָן אַלץ אום װאָס דער פֿרעמדער װעט רופֿן צו דיר; כּדי אַלע פֿעלקער פֿון דער ערד זאָלן דערקענען דײַן נאָמען, מורא צו האָבן פֿאַר דיר, אַזױ װי דײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל, און װיסן אַז דײַן נאָמען װערט גערופֿן אױף דעם דאָזיקן הױז װאָס איך האָב געבױט.

44 אַז דײַן פֿאָלק װעט אַרױסגײן אױף מלחמה אַקעגן זײַן פֿײַנט, אױף װאָסער װעג דו װעסט זײ שיקן, און זײ װעלן מתפּלל זײַן צו ה׳ אַקעגן דער שטאָט װאָס דו האָסט זי אױסדערװײלט, און דעם הױז װאָס איך האָב געבױט צו דײַן נאָמען, 45 זאָלסטו צוהערן אין הימל זײער תּפֿילה און זײער בקשה, און טאָן זײער רעכט.

46 אַז זײ װעלן זינדיקן צו דיר – װאָרעם עס איז נישט דאָ אײן מענטש װאָס זינדיקט נישט – און דו זאָלסט דערבײזערט װערן אױף זײ, און זײ איבערגעבן פֿאַרן פֿײַנט, און זײערע פֿאַנגערס װעלן זײ נעמען געפֿאַנגען אין לאַנד פֿון דעם פֿײַנט, װײַט אָדער נאָנט; 47 און זײ װעלן זיך נעמען צו האַרצן אין דעם לאַנד װאָס זײ זײַנען גענומען געװאָרן געפֿאַנגען אַהין, און זײ װעלן תּשובֿה טאָן, און װעלן בעטן צו דיר אין לאַנד פֿון זײערע פֿאַנגערס, אַזױ צו זאָגן: מיר האָבן געזינדיקט און פֿאַרבראָכן, מיר האָבן שלעכטס געטאָן; 48 און זײ װעלן זיך אומקערן צו דיר מיט זײער גאַנצן האַרצן, און מיט זײער גאַנצער זעל, אין לאַנד פֿון זײערע פֿײַנט װאָס האָבן זײ געפֿאַנגען, און זײ װעלן מתפּלל זײַן צו דיר אַקעגן זײער לאַנד, װאָס דו האָסט געגעבן זײערע עלטערן, דער שטאָט װאָס דו האָסט אױסדערװײלט, און דעם הױז װאָס איך האָב געבױט צו דײַן נאָמען, 49 זאָלסטו צוהערן אין הימל, דעם אָרט פֿון דײַן װױנונג, זײער תּפֿילה און זײער בקשה, און טאָן זײער רעכט; 50 און זאָלסט פֿאַרגעבן דײַן פֿאָלק װאָס זײ האָבן געזינדיקט צו דיר, און אַלע זײערע פֿאַרברעכן װאָס זײ האָבן פֿאַרבראָכן קעגן דיר; און זאָלסט זײ געבן דערבאַרעמונג בײַ זײערע פֿאַנגערס, אַז זײ זאָלן זיך דערבאַרעמען אױף זײ; 51 װאָרעם זײ זײַנען דײַן פֿאָלק און דײַן אַרב, װאָס דו האָסט אַרױסגעצױגן פֿון מִצרַיִם, פֿון דעם אײַזנשמעלצאױװן. 52 דײַנע אױגן זאָלן זײַן אָפֿן צו דעם געבעט פֿון דײַן קנעכט, און צו דעם געבעט פֿון דײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל, זײ צוצוהערן װען נאָר זײ רופֿן צו דיר. 53 װאָרעם דו האָסט זײ אָפּגעשײדט דיר צום אַרב פֿון אַלע פֿעלקער פֿון דער ערד, אַזױ װי דו האָסט גערעדט דורך דײַן קנעכט משהן װען דו האָסט אַרױסגעצױגן אונדזערע עלטערן פֿון מִצרַיִם, ה׳ דו אֲדֹנָי.

54 און עס איז געװען, װי שלמה האָט געענדיקט מתפּלל צו זײַן צו ה׳ די דאָזיקע גאַנצע תּפֿילה און בקשה, איז ער אױפֿגעשטאַנען פֿון פֿאַרן מזבח פֿון ה׳, פֿון קניִען אױף זײַנע קני, מיט זײַנע הענט אױסגעשפּרײט צום הימל, 55 און ער האָט זיך געשטעלט, און האָט געבענטשט די גאַנצע אײַנזאַמלונג פֿון יִשׂרָאֵל אױף אַ הױכן קֹול, אַזױ צו זאָגן: 56 ברוך ה׳ װאָס האָט געגעבן זײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל רו, אַזױ װי אַלץ װאָס ער האָט צוגעזאָגט. נישט אַן אײנציק װאָרט איז אָפּגעפֿאַלן פֿון אַל זײַן גוטן צוזאָג װאָס ער האָט צוגעזאָגט דורך דײַן קנעכט משהן. 57 זאָל ה׳ אלוקינו זײַן מיט אונדז, אַזױ װי ער איז געװען מיט אונדזערע עלטערן; ער זאָל אונדז נישט פֿאַרלאָזן און נישט אַװעקװאַרפֿן; 58 כּדי צו נײַגן אונדזער האַרץ צו אים, צו גײן אין אַלע זײַנע װעגן, און צו היטן זײַנע געבאָט און זײַנע חוקים און זײַנע געזעצן, װאָס ער האָט באַפֿױלן אונדזערע עלטערן. 59 און זאָלן די דאָזיקע װערטער מײַנע װאָס איך האָב געבעטן פֿאַר ה׳, זײַן נאָנט צו ה׳ אלוקינו טאָג און נאַכט, צו טאָן דאָס רעכט פֿון זײַן קנעכט, און דאָס רעכט פֿון זײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל, טאָג אין טאָג; 60 כּדי אַלע פֿעלקער פֿון דער ערד זאָלן װיסן אַז ה׳ איז האלֹקים; מער איז נישטאָ; 61 און זאָל אײַער האַרץ זײַן גאַנץ מיט ה׳ אלוקינו, צו גײן אין זײַנע געזעצן און צו היטן זײַנע געבאָט, אַזױ װי הײַנטיקן טאָג.

62 און דער מלך און גאַנץ יִשׂרָאֵל מיט אים האָבן געשלאַכט שלאַכטאָפּפֿער פֿאַר ה׳. 63 און שלמה האָט געשלאַכט פֿאַרן פֿרידאָפּפֿער װאָס ער האָט געשלאַכט צו ה׳, צװײ און צװאַנציק טױזנט רינדער, און הונדערט און צװאַנציק טױזנט שאָף. און דער מלך און אַלע קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן באַנײַט דאָס הױז פֿון ה׳. 64 אין יענעם טאָג האָט דער מלך געהײליקט דעם מיטן פֿון דעם הױף װאָס פֿאַר ה׳ס הױז; װײַל ער האָט דאָרטן געמאַכט די בראַנדאָפּפֿער און די שפּײַזאָפּפֿער, און דאָס פֿעטס פֿון די פֿרידאָפּפֿער; װאָרעם דער קופּערנער מזבח װאָס פֿאַר ה׳ איז געװען צו קלײן אַרױפֿצונעמען די בראַנדאָפּפֿער און די שפּײַזאָפּפֿער, און דאָס פֿעטס פֿון די פֿרידאָפּפֿער.

65 און שלמה האָט געמאַכט דעם יוֹם-טובֿ אין יענער צײַט, און גאַנץ יִשׂרָאֵל מיט אים – אַ גרױסע אײַנזאַמלונג, פֿון װוּ מע קומט קײן חַמָת ביז דעם טײַך פֿון מִצרַיִם – פֿאַר ה׳ אלוקינו, זיבן טעג און זיבן טעג, פֿערצן טעג. 66 אױפֿן אַכטן טאָג האָט ער אַװעקגעשיקט דאָס פֿאָלק, און זײ האָבן געבענטשט דעם מלך, און זײַנען געגאַנגען צו זײערע געצעלטן פֿרײלעכע און מיט אַן אױפֿגעראַמטן האַרצן איבער אַלעם גוטן װאָס ה׳ האָט געטאָן צו זײַן קנעכט דָוִדן, און צו זײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-