1 און עס איז געװען אין די טעג װאָס די שוֹפֿטים האָבן געהערשט, איז געװען אַ הונגער אין לאַנד. און אַ מאַן איז געגאַנגען פֿון בֵית-לֶחֶם-יהוּדה זיך אױפֿצוהאַלטן אין פֿעלד פֿון מוֹאָבֿ, ער מיט זײַן װײַב און זײַנע צװײ זין. 2 און דער נאָמען פֿון דעם מאַן איז געװען אֶלימֶלֶך, און דער נאָמען פֿון זײַן װײַב נָעמי, און דער נאָמען פֿון זײַנע צװײ זין מַחלוֹן און כִּליוֹן – אֶפֿרָתער פֿון בֵית-לֶחֶם-יהוּדה. און זײ זײַנען געקומען אין פֿעלד פֿון מוֹאָבֿ, און זײַנען דאָרטן געװען.
3 איז געשטאָרבן אֶלימֶלֶך, נָעמיס מאַן, און זי איז איבערגעבליבן, מיט אירע צװײ זין. 4 און זײ האָבן גענומען מוֹאָבֿער װײַבער: דער נאָמען פֿון אײנער איז געװען עָרפָּה און דער נאָמען פֿון דער צװײטער רוּת. און זײ זײַנען דאָרטן געזעסן אַרום צען יאָר.
5 און זײ בײדע, מַחלוֹן און כִּליוֹן, זײַנען געשטאָרבן, און די פֿרױ איז געבליבן פֿאַרלענדט פֿון אירע בײדע קינדער און איר מאַן. 6 און זי איז אױפֿגעשטאַנען מיט אירע שנורן, און האָט זיך אומגעקערט פֿון פֿעלד פֿון מוֹאָבֿ, װאָרעם זי האָט געהערט אין פֿעלד פֿון מוֹאָבֿ אַז ה׳ האָט געדענקט אָן זײַן פֿאָלק, זײ צו געבן ברױט. 7 און זי איז אַרױס פֿון דעם אָרט װאָס זי איז דאָרטן געװען, און אירע בײדע שנורן מיט איר, און זײ זײַנען געגאַנגען אין װעג, כּדי זיך אומצוקערן צום לאַנד יהוּדה.
8 האָט נָעמי געזאָגט צו אירע בײדע שנורן: גײט קערט אײַך אום איטלעכע צו איר מוטערס הױז. און זאָל ה׳ טאָן מיט אײַך חֶסֶד אַזױ װי איר האָט געטאָן מיט די געשטאָרבענע און מיט מיר. 9 זאָל אײַך ה׳ געבן איר זאָלט געפֿינען מנוחה איטלעכע אין הױז פֿון איר מאַן. און זי האָט זײ געקושט; און זײ האָבן אױפֿגעהױבן זײער קֹול און האָבן געװײנט. 10 און זײ האָבן צו איר געזאָגט: נײן, נײַערט מיר װעלן מיט דיר זיך אומקערן צו דײַן פֿאָלק. 11 האָט נָעמי געזאָגט: קערט אײַך אום, טעכטער מײַנע, צו װאָס זאָלט איר גײן מיט מיר? האָב איך דען נאָך זין אין מײַן לײַב, אַז זײ זאָלן אײַך װערן פֿאַר מאַנען? 12 קערט אײַך אום, טעכטער מײַנע, גײט, װאָרעם איך בין צו אַלט צו האָבן אַ מאַן; לאָמיך שױן זאָגן, איך האָב אַ האָפֿענונג, איך זאָל נאָך די נאַכט האָבן אַ מאַן, און זאָל אױך געבערן זין, 13 װעט איר דען אױף זײ אױסקוקן ביז זײ װעלן גרױס װערן? װעט איר צוליב זײ בלײַבן זיצן נישט צו נעמען קײן מאַן? נײן, טעכטער מײַנע! װאָרעם מיר איז פֿיל ביטערער פֿון אײַך, װײַל ה׳ס האַנט איז אױסגעגאַנגען אױף מיר.
14 האָבן זײ אױפֿגעהױבן זײער קֹול און האָבן װידער געװײנט. און עָרפָּה האָט זיך צעקושט מיט איר שװיגער, אָבער רוּת האָט זיך באַהעפֿט אָן איר. 15 האָט זי געזאָגט: זע, דײַן שװעגערין האָט זיך אומגעקערט צו איר פֿאָלק און צו איר ג-ט; קער זיך אום נאָך דײַן שװעגערין. 16 האָט רוּת געזאָגט: זאָלסט מיך נישט בעטן דיך צו פֿאַרלאָזן, זיך אומצוקערן פֿון הינטער דיר, װאָרעם װוּהין דו װעסט גײן, װעל איך גײן, און װוּ דו װעסט נעכטיקן, װעל איך נעכטיקן; דײַן פֿאָלק איז מײַן פֿאָלק, און דײַן ג-ט איז מײַן ג-ט. 17 װוּ דו װעסט שטאַרבן, װעל איך שטאַרבן, און דאָרטן װעל איך באַגראָבן װערן. זאָל מיר ה׳ טאָן אַזױ און נאָך מער! נאָר דער טױט װעט פֿונאַנדערשײדן צװישן מיר און צװישן דיר.
18 און זי האָט געזען, אַז זי האַלט זיך פֿעסט צו גײן מיט איר, און זי האָט אױפֿגעהערט זי אָפּצורעדן. 19 און זײ זײַנען בײדע געגאַנגען ביז זײ זײַנען געקומען קײן בֵית-לֶחֶם. און עס איז געװען, װי זײ זײַנען אָנגעקומען קײן בֵית-לֶחֶם, אַזױ האָט די גאַנצע שטאָט געטומלט מיט זײ, און די װײַבער האָבן געזאָגט: איז דאָס נָעמי? 20 האָט זי צו זײ געזאָגט: איר זאָלט מיך נישט רופֿן נָעמי, רופֿט מיך מָרָא, װאָרעם שַדַי האָט מיר זײער פֿאַרביטערט. 21 אַ פֿולע בין איך אַרױסגעגאַנגען, און לײדיק האָט מיך ה׳ אומגעקערט. נאָך װאָס רופֿט איר מיך נָעמי, אַז ה׳ איז מײַן קלעגער געװאָרן, און שַדַי האָט מיר שלעכטס געטאָן.
22 אַזױ האָט זיך אומגעקערט נָעמי, און איר שנור רוּת די מוֹאָבֿערין מיט איר, די װאָס האָט זיך אומגעקערט פֿון דעם פֿעלד פֿון מוֹאָבֿ. און זײ זײַנען אָנגעקומען אין בֵית-לֶחֶם אין אָנהײב גערשטנשניט.