Publicidade

Zacarias 12

1 די נבֿואה פֿון ה׳ס װאָרט אױף יִשׂרָאֵל:

אַזױ זאָגט ה׳, װאָס האָט אױסגעשפּרײט די הימלען, און געגרונטפֿעסט די ערד, און געפֿורעמט דעם גײַסט פֿון מענטשן אין אים. 2 זע, איך מאַך ירושָלַיִם פֿאַר אַ בעכער פֿון פֿאַרטומלעניש פֿאַר אַלע אומות רונד אַרום; און אױך יהוּדה װעט מוזן זײַן אין באַלעגערונג אױף ירושָלַיִם. 3 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעל איך מאַכן ירושָלַיִם אַ לאַסטשטײן פֿאַר אַלע אומות, אַלע װאָס לאָדן זי אױף זיך װעלן זיך װוּנדן אָנרײַסן; און אײַנזאַמלען װעלן זיך אַקעגן איר אַלע פֿעלקער פֿון דער ערד. 4 אין יענעם טאָג, זאָגט ה׳, װעל איך שלאָגן איטלעך פֿערד מיט צעדולטקײט, און זײַן רײַטער מיט משוגעת; און אױף דעם הױז פֿון יהוּדה װעל איך האַלטן אָפֿן מײַנע אױגן. און איטלעך פֿערד פֿון די אומות װעל איך שלאָגן מיט בלינדקײט. 5 און די פֿירשטן פֿון יהוּדה װעלן זאָגן אין זײער האַרצן: אַ שטאַרקײט זײַנען צו מיר די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, דורך ה׳ צבָֿאוֹת זײער ג-ט.

6 אין יענעם טאָג װעל איך מאַכן די פֿירשטן פֿון יהוּדה װי אַ פֿײַערטאָפּ צװישן האָלץ, און װי אַ בראַנדהאָלץ צװישן גאַרבן, און זײ װעלן פֿאַרצערן אױף רעכטס און אױף לינקס אַלע אומות רונד אַרום; און ירושָלַיִם װעט װידער זיצן אױף איר אָרט – אין ירושָלַיִם.

7 און ה׳ װעט העלפֿן די געצעלטן פֿון יהוּדה צום ערשטן, כּדי די פּראַכט פֿון דעם הױז פֿון דָוִד, און די פּראַכט פֿון די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, זאָל זיך נישט גרײסן איבער יהוּדה. 8 אין יענעם טאָג װעט ה׳ באַשירעמען די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, און דער געפֿאַלענער צװישן זײ װעט אין יענעם טאָג זײַן װי דָוִד, און דאָס הױז פֿון דָוִד װי אלֹקים, און װי דער מלאך פֿון ה׳ פֿאַר זײ. 9 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעל איך זוכן צו פֿאַרטיליקן אַלע פֿעלקער װאָס קומען אױף ירושָלַיִם.

10 און איך װעל אױסגיסן אױף דעם הױז פֿון דָוִד, און אױף די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, דעם רוּחַ פֿון חֵן און געבעטן, און זײ װעלן אױף מיר קוקן װעמען זײ האָבן דורכגעשטאָכן, און זײ װעלן איבער אים קלאָגן אַזױ װי מע קלאָגט איבער אַן אײנאײנציקן, און זײ װעלן זײַן אין ביטערקײט איבער אים, אַזױ װי מע איז אין ביטערקײט װעגן אַ בכור. 11 אין יענעם טאָג װעט גרױס זײַן די קלאָג אין ירושָלַיִם, אַזױ װי די קלאָג פֿון הַדַד-רִמוֹן אין טאָל מגִדוֹן. 12 און דאָס לאַנד װעט קלאָגן משפּחות משפּחות באַזונדער; די משפּחות פֿון דעם הױז פֿון דָוִד באַזונדער, און זײערע װײַבער באַזונדער; די משפּחה פֿון דעם הױז פֿון נָתָן באַזונדער, און זײערע װײַבער באַזונדער; 13 די משפּחה פֿון דעם הױז פֿון לֵוִי באַזונדער, און זײערע װײַבער באַזונדער; די משפּחה פֿון די שִמעִים באַזונדער, און זײערע װײַבער באַזונדער; 14 אַלע משפּחות װאָס זײַנען געבליבן, משפּחות משפּחות באַזונדער, און זײערע װײַבער באַזונדער.

Veja também

Publicidade
Zacarias
Ver todos os capítulos de Zacarias
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-