Publicidade

Zacarias 3

1 און ער האָט מיר געװיזן יְהוֹשועַ דעם כּהן-גָדול װי ער שטײט פֿאַר דעם מלאך פֿון ה׳, און דער שׂטן שטײט אױף זײַן רעכטער זײַט, אים צו פֿאַרקלאָגן. 2 האָט ה׳ געזאָגט צום שׂטן: ג-ט שרײַט אָן אױף דיר, שׂטן, יאָ, ג-ט װאָס האָט אױסדערװײלט ירושָלַיִם, שרײַט אָן אױף דיר; איז נישט דער דאָזיקער אַ שײַט אַרױסגעריסן פֿון פֿײַער? 3 און יְהוֹשועַ איז געװען אָנגעטאָן אין קױטיקע בגדים, און איז געשטאַנען פֿאַרן מלאך. 4 האָט ער זיך אָפּגערופֿן און האָט געזאָגט צו די װאָס זײַנען געשטאַנען פֿאַר אים, אַזױ צו זאָגן: טוט אױס פֿון אים די קױטיקע בגדים. און צו אים האָט ער געזאָגט: זע, איך האָב אָפּגעטאָן פֿון דיר דײַנע זינד, און װעל דיר אָנטאָן מלבושים. 5 האָב איך געזאָגט: זאָל מען אים אָנטאָן אַ רײנע הױב אױפֿן קאָפּ. און זײ האָבן אים אָנגעטאָן די רײנע הױב אױפֿן קאָפּ, און האָבן אים אָנגעקלײדט בגדים; און דער מלאך פֿון ה׳ איז געשטאַנען דערבײַ. 6 און דער מלאך פֿון ה׳ האָט געװאָרנט יְהוֹשועַן, אַזױ צו זאָגן:

7 אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת:

אױב אין מײַנע װעגן װעסטו גײן,

און אױב מײַן היטונג װעסטו היטן,

און דו װעסט אױך משפּטן מײַן הױז,

און װעסט אױך היטן מײַנע הױפֿן,

װעל איך דיר געבן צוטריט

צװישן די דאָזיקע װאָס שטײען דאָ.

8 הער נאָר צו, יְהוֹשועַ כּהן-גָדול,

דו און דײַנע חבֿרים װאָס זיצן פֿאַר דיר –

װאָרעם פֿאַר אַ צײכן מענטשן זײַנען זײ –

װאָרעם זע, איך ברענג מײַן קנעכט דעם צמח.

9 װאָרעם אָט איז דער שטײן װאָס איך האָב געלײגט פֿאַר יְהוֹשועַן

אױף דעם אײן שטײן זײַנען זיבן אױגן.

זע, איך קריץ אױס זײַן אױסקריצונג,

זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת;

און איך װעל אָפּטאָן די זינד פֿון דעם דאָזיקן לאַנד

אין אײן טאָג.

10 אין יענעם טאָג, זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת,

װעט איר רופֿן אײנער דעם אַנדערן

אונטער אַ װײַנשטאָק און אונטער אַ פֿײַגנבױם.

Veja também

Publicidade
Zacarias
Ver todos os capítulos de Zacarias
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-