1 און דאָס װאָרט פֿון ה׳ צבָֿאוֹת איז געװען אַזױ צו זאָגן:
2 אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת:
איך בין מקנא פֿאַר צִיוֹן אַ גרױס קִנְאָה,
און מיט גרױס גרימצאָרן איך בין מקנא פֿאַר איר.
3 אַזױ האָט ה׳ געזאָגט:
איך קער זיך אום קײן צִיוֹן,
און איך װעל רוען אין ירושָלַיִם,
און ירושָלַיִם װעט גערופֿן װערן די שטאָט פֿון אמת,
און דער באַרג פֿון ה׳ צבָֿאוֹת, דער הײליקער באַרג.
4 אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת:
עס װעלן נאָך זיצן זקנים און זקנות אין די גאַסן פֿון ירושָלַיִם,
איטלעכער מיט זײַן שטעקן אין זײַן האַנט, פֿון גרױס עלטער.
5 און די גאַסן פֿון דער שטאָט
װעלן זײַן פֿול מיט ייִנגלעך און מײדלעך
װאָס שפּילן זיך אין אירע גאַסן.
6 אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת:
אױב דאָס װעט זײַן װוּנדערלעך אין די אױגן
פֿון דעם איבערבלײַב פֿון דעם דאָזיקן פֿאָלק אין יענע טעג,
זאָל עס אױך אין מײַנע אױגן זײַן װוּנדערלעך?
זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת.
7 אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת:
זע, איך העלף מײַן פֿאָלק, פֿון דעם לאַנד פֿון זונאױפֿגאַנג,
און פֿון דעם לאַנד פֿון זון-אונטערגאַנג.
8 און איך װעל זײ ברענגען,
און זײ װעלן װױנען אין ירושָלַיִם,
און זײ װעלן זײַן מײַן פֿאָלק,
און איך װעל זײַן זײער אלֹקים,
מיט אמת און מיט גערעכטיקײט.
9 אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת: זאָלן געשטאַרקט זײַן אײַערע הענט, איר װאָס הערט אײַן אין די דאָזיקע טעג די דאָזיקע װערטער פֿון דעם מױל פֿון די נבֿיאים װאָס זײַנען געװען אין דעם טאָג װאָס דאָס הױז פֿון ה׳ צבָֿאוֹת, דער הֵיכל, איז געגרונטפֿעסט געװאָרן געבױט צו װערן. 10 װאָרעם פֿאַר יענע טעג איז קײן לױן פֿאַרן מענטשן נישט געװען, און קײן לױן פֿאַר דער בהמה איז נישט געװען, און פֿאַר דעם אַרױסגײער און פֿאַר דעם אַרײַנגײער איז נישט געװען קײן זיכערקײט פֿון דעם פֿײַנט, און איך פֿלעג אָנשיקן אַלע מענטשן אײנעם אױפֿן אַנדערן. 11 אָבער אַצונד װעל איך נישט זײַן צו דעם איבערבלײַב פֿון דעם דאָזיקן פֿאָלק אַזױ װי אין די פֿריִערדיקע טעג, זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת.
12 װאָרעם דער זאָמען פֿון שלום װעט זײַן,
אַז דער װײַנשטאָק װעט געבן זײַן פֿרוכט,
און די ערד װעט געבן איר געװעקס,
און די הימלען װעלן געבן זײער טױ;
און איך װעל דעם איבערבלײַב פֿון דעם דאָזיקן פֿאָלק,
מאַכן אַרבן אַל דאָס דאָזיקע.
13 און עס װעט זײַן,
אַזױ װי איר זײַט געװען אַ קללה צװישן די פֿעלקער,
איר הױז פֿון יהוּדה און הױז פֿון יִשׂרָאֵל,
אַזױ װעל איך אײַך העלפֿן,
און איר װעט װערן אַ ברכה;
איר זאָלט נישט מורא האָבן; זאָלן געשטאַרקט זײַן אײַערע הענט.
14 װאָרעם אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת:
אַזױ װי איך האָב באַדאַכט אײַך שלעכטס צו טאָן,
װען אײַערע עלטערן האָבן מיך דערצערנט,
זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת,
און איך האָב נישט חרטה געהאַט,
15 אַזױ האָב איך װידער באַדאַכט אין די דאָזיקע טעג
צו באַגיטיקן ירושָלַיִם און דאָס הױז פֿון יהוּדה;
איר זאָלט נישט מורא האָבן.
16 דאָס זײַנען די זאַכן װאָס איר זאָלט טאָן:
רעדט אמת אײנער מיטן אַנדערן,
אמת און אַ פֿרידלעכן משפּט
טוט משפּטן אין אײַערע טױערן.
17 און אײנער דעם אַנדערנס רעה
זאָלט איר נישט טראַכטן אין אײַער האַרצן,
און קײן פֿאַלשע שבֿועה זאָלט איר נישט ליב האָבן,
װאָרעם דאָס אַלץ איז װאָס איך האָב פֿײַנט,
זאָגט ה׳.
18 און דאָס װאָרט פֿון ה׳ צבָֿאוֹת איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 19 אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת: דער תָּענית פֿון פֿירטן חודש, און דער תָּענית פֿון פֿינפֿטן, און דער תָּענית פֿון זיבעטן, און דער תָּענית פֿון צענטן, װעט זײַן דעם הױז פֿון יהוּדה פֿאַר אַ פֿרײד און פֿאַר אַ שׂימחה, און פֿאַר יוֹם-טובֿים; נאָר האָט ליב אמת און שלום.
20 אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת:
עס װעט נאָך געשען,
אַז קומען װעלן פֿעלקער
און באַװױנער פֿון פֿיל שטעט;
21 און די באַװױנער פֿון אײן שטאָט
װעלן גײן צו דער אַנדערער, אַזױ צו זאָגן:
גײן לאָמיר גײן צו בעטן פֿאַר ה׳,
און צו זוכן דעם ה׳ צבָֿאוֹת;
איך װיל אױך גײן.
22 און קומען װעלן פֿיל אומות און מאַכטיקע פֿעלקער
צו זוכן ה׳ צבָֿאוֹת אין ירושָלַיִם,
און צו בעטן פֿאַר ג-ט.
23 אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת:
אין יענע טעג װעט געשען,
אַז אָננעמען װעלן צען מענטשן
פֿון אַלערלײ לשוֹנות פֿון די פֿעלקער –
אָננעמען דעם ברעג קלײד פֿון אַ ייִדן,
אַזױ צו זאָגן: לאָמיר גײן מיט אײַך,
װאָרעם מיר האָבן געהערט אַז אלֹקים איז מיט אײַך.