1 אין צװײטן יאָר פֿון יוֹאָש דעם זון פֿון יוֹאָחָזן, דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל, איז אַמַציָהו דער זון פֿון יוֹאָש דעם מלך פֿון יהוּדה געװאָרן מלך. 2 פֿינף און צװאַנציק יאָר איז ער אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און נײַן און צװאַנציק יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען יְהוֹעַדִּין פֿון ירושָלַיִם. 3 און ער האָט געטאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון ה׳, אָבער נישט אַזױ װי זײַן פֿאָטער דָוִד; ער האָט געטאָן װי אַלץ װאָס זײַן פֿאָטער יוֹאָש האָט געטאָן. 4 נאָר די בָמות זײַנען נישט אָפּגעטאָן געװאָרן; דאָס פֿאָלק האָט נאָך אַלץ געשלאַכט און גערײכערט אױף די בָמות.
5 און עס איז געװען, װי די מלוכה איז געװען באַפֿעסטיקט אין זײַן האַנט, אַזױ האָט ער דערשלאָגן זײַנע קנעכט װאָס האָבן דערשלאָגן זײַן פֿאָטער דעם מלך. 6 אָבער די קינדער פֿון די דערשלעגער האָט ער נישט געטײט, אַזױ װי עס שטײט געשריבן אין בוך פֿון תּוֹרת-משה, װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן, אַזױ צו זאָגן: פֿאָטערס זאָלן נישט געטײט װערן פֿאַר קינדער, און קינדער זאָלן נישט געטײט װערן פֿאַר פֿאָטערס; נײַערט יעטװעדער פֿאַר זײַן זינד זאָל געטײט װערן.
7 ער האָט געשלאָגן פֿון אֶדוֹם אין טאָל פֿון זאַלץ צען טױזנט, און אײַנגענומען סֶלַע אין מלחמה, און גערופֿן איר נאָמען יָקתְאֵל ביז אױף הײַנטיקן טאָג.
8 דענצמאָל האָט אַמַציָה געשיקט שלוחים צו יהואש דעם זון פֿון יהוֹאָחָז דעם זון פֿון יֵהוּאן, דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן: קום לאָמיר זיך אָנקוקן אין פּנים.
9 האָט יהואש דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל געשיקט צו אַמַציָהו דעם מלך פֿון יהוּדה, אַזױ צו זאָגן: דער דאָרן װאָס אין לבֿנוֹן האָט געשיקט צו דעם צעדערבױם װאָס אין לבֿנוֹן, אַזױ צו זאָגן: גיב דײַן טאָכטער צו מײַן זון פֿאַר אַ װײַב. איז פֿאַרבײַגעגאַנגען אַ װילדע חיה װאָס אין לבֿנוֹן, און האָט צעטרעטן דעם דאָרן. 10 שלאָגן האָסטו געשלאָגן אֶדוֹם, און דײַן האַרץ האָט דיך דערהױבן; האַלט דײַן כּבֿוד, און זיץ אין דער הײם. און נאָך װאָס זאָלסטו זיך רײצן מיט בײז, און פֿאַלן דו און יהוּדה מיט דיר?
11 אָבער אַמַציָהו האָט נישט צוגעהערט. און יהואש דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל איז אַרױסגעגאַנגען. און זײ האָבן זיך אָנגעקוקט אין פּנים, ער און אַמַציָהו דער מלך פֿון יהוּדה, אין בֵית-שֶמֶש װאָס געהערט צו יהוּדה. 12 און יהוּדה איז געשלאָגן געװאָרן פֿאַר יִשׂרָאֵל. און זײ זײַנען אַנטלאָפֿן איטלעכער צו זײַנע געצעלטן.
13 און אַמַציָהו דעם מלך פֿון יהוּדה, דעם זון פֿון יהואש דעם זון פֿון אַחַזיָהון, האָט יהואש דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל געכאַפּט אין בֵית-שֶמֶש. און ער איז געקומען קײן ירושָלַיִם, און האָט דורכגעבראָכן די מױער פֿון ירושָלַיִם פֿון דעם טױער פֿון אפֿרים ביז דעם װינקלטױער, פֿיר הונדערט אײלן. 14 און ער האָט צוגענומען דאָס גאַנצע גאָלד און זילבער, און אַלע כּלים, װאָס האָבן זיך געפֿונען אין הױז פֿון ה׳ און אין די שאַצקאַמערן פֿון מלכס הױז, און משכּון-קינדער, און האָט זיך אומגעקערט קײן שוֹמרוֹן.
15 און די איבעריקע זאַכן פֿון יהואשען װאָס ער האָט געטאָן, און זײַן גבֿוּרהשאַפֿט, און װי ער האָט מלחמה געהאַלטן מיט אַמַציָהו דעם מלך פֿון יהוּדה, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יִשׂרָאֵל.
16 און יהואש האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און ער איז באַגראָבן געװאָרן אין שוֹמרוֹן לעבן די מלכים פֿון יִשׂרָאֵל. און זײַן זון יָרָבֿעָם איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.
17 און אַמַציָהו דער זון פֿון יוֹאָשן, דער מלך פֿון יהוּדה, האָט געלעבט נאָך דעם טױט פֿון יהואש דעם זון פֿון יהוֹאָחָזן, דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל, פֿופֿצן יאָר.
18 און די איבעריקע זאַכן װעגן אַמַציָהון, זײ זײַנען שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יהוּדה.
19 און מע האָט געבונטעװעט אױף אים אַ בונט אין ירושָלַיִם, און ער איז אַנטלאָפֿן קײן לָכיש; אָבער מע האָט נאָכגעשיקט נאָך אים קײן לָכיש, און מע האָט אים דאָרטן געטײט. 20 און מע האָט אים געבראַכט אױף פֿערד. און ער איז באַגראָבן געװאָרן אין ירושָלַיִם לעבן זײַנע עלטערן אין דָוִדס-שטאָט.
21 און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון יהוּדה האָט גענומען עַזַריָהן, װאָס איז געװען זעכצן יאָר אַלט, און זײ האָבן אים געמאַכט פֿאַר מלך אױפֿן אָרט פֿון זײַן פֿאָטער אַמַציָהון.
22 ער האָט אַרומגעבױט אֵילַת און האָט זי צוריקגעקערט צו יהוּדה. נאָך דעם װי דער מלך האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן.
23 אין פֿופֿצנטן יאָר פֿון אַמַציָהו דעם זון פֿון יוֹאָשן, דעם מלך פֿון יהוּדה, איז יָרָבֿעָם דער זון פֿון יוֹאָש דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל געװאָרן מלך אין שוֹמרוֹן, אײן און פֿערציק יאָר. 24 און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳; ער האָט זיך נישט אָפּגעקערט פֿון אַלע זינד פֿון יָרָבֿעָם דעם זון פֿון נבָֿטן, װאָס ער האָט געמאַכט זינדיקן יִשׂרָאֵל.
25 ער האָט צוריקגעשטעלט דעם געמאַרק פֿון יִשׂרָאֵל, פֿון װוּ מע קומט קײן חַמָת ביז דעם ים פֿון פּלױן, אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל, װאָס ער האָט גערעדט דורך זײַן קנעכט יוֹנה דעם זון פֿון אַמִתַּין, דעם נבֿיא, װאָס פֿון גַת-חֵפֿר. 26 װאָרעם ה׳ האָט געזען די פּײַן פֿון יִשׂרָאֵל, אַז זי איז זײער ביטער, און קײן מוטערמענטש איז נישטאָ, און נישטאָ װער זאָל העלפֿן יִשׂרָאֵל. 27 און ה׳ האָט נישט געװאָלט אױסמעקן דעם נאָמען פֿון יִשׂרָאֵל פֿון אונטערן הימל, און ער האָט זײ געהאָלפֿן דורך דער האַנט פֿון יָרָבֿעָם דעם זון פֿון יוֹאָשן.
28 און די איבעריקע זאַכן װעגן יָרָבֿעָמען, און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן, און זײַן גבֿוּרהשאַפֿט, װי ער האָט מלחמה געהאַלטן, און װי ער האָט צוריקגעקערט דַמֶשֶׂק און חַמָת צו יהוּדה און יִשׂרָאֵל, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יִשׂרָאֵל.
29 און יָרָבֿעָם האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, מיט די מלכים פֿון יִשׂרָאֵל. און זײַן זון זכַריָה איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.