Publicidade

2 Reis 10

1 און אַחאָבֿ האָט געהאַט זיבעציק זין אין שוֹמרוֹן. האָט יֵהוּא געשריבן בריװ, און האָט געשיקט קײן שוֹמרוֹן צו די האַרן פֿון יִזרְעֶאל, די עלטסטע, און צו די װאָס זײַנען געװען דערציִער בײַ אַחאָבֿן, אַזױ צו זאָגן: 2 און אַצונד, װי עס קומט צו אײַך דער דאָזיקער בריװ, אַזױ װי בײַ אײַך זײַנען די זין פֿון אײַער האַר, און בײַ אײַך זײַנען דאָ רײַטװעגן און פֿערד, און אַ פֿעסטונגשטאָט און װאַפֿן.

3 זאָלט איר זען דעם בעסטן און גלײַכסטן פֿון אײַער האַרס זין, און אַרױפֿזעצן אױף זײַן פֿאָטערס טראָן; און האַלט מלחמה פֿאַר אײַער האַרס הױז.

4 האָבן זײ זײער שטאַרק מורא געקריגן, און זײ האָבן געזאָגט: אָט זײַנען די צװײ מלכים נישט באַשטאַנען פֿאַר אים, און װי װעלן מיר באַשטײן?

5 און דער װאָס איבער דעם פּאַלאַץ, און דער װאָס איבער דער שטאָט, און די עלטסטע, און די דערציִער, האָבן געשיקט צו יֵהוּאן, אַזױ צו זאָגן: דײַנע קנעכט זײַנען מיר; און אַלץ װאָס דו װעסט אונדז זאָגן, װעלן מיר טאָן. מיר װעלן קײנעם נישט מאַכן פֿאַר אַ מלך. װאָס איז גוט אין דײַנע אױגן, טו.

6 האָט ער געשריבן צו זײ אַ בריװ אַ צװײט מאָל, אַזױ צו זאָגן: אױב איר זײַט מיט מיר, און איר װילט צוהערן צו מײַן קֹול, נעמט די קעפּ פֿון די מאַנספּאַרשױנען, אײַער האַרס זין, און קומט צו מיר מאָרגן אַרום דער צײַט קײן יִזרְעֶאל. און די זין פֿון מלך, זיבעציק פּאַרשױן, זײַנען געװען בײַ די גרױסע לײַט פֿון דער שטאָט, װאָס האָבן זײ אױפֿגעצױגן. 7 און עס איז געװען, װי דער בריװ איז אָנגעקומען צו זײ, אַזױ האָבן זײ גענומען די זין פֿון מלך, און זײ געשאָכטן, זיבעציק פּאַרשױן; און זײ האָבן אַרײַנגעטאָן זײערע קעפּ אין קערב, און אַװעקגעשיקט צו אים קײן יִזרְעֶאל.

8 איז געקומען אַ שליח, און האָט אים אָנגעזאָגט, אַזױ צו זאָגן: מע האָט געבראַכט די קעפּ פֿון דעם מלכס זין. האָט ער געזאָגט: מאַכט זײ אין צװײ הױפֿנס בײַם אײַנגאַנג פֿון טױער, ביז אין דער פֿרי.

9 און עס איז געװען אין דער פֿרי, איז ער אַרױסגעגאַנגען, און האָט זיך אַװעקגעשטעלט, און האָט געזאָגט צום גאַנצן פֿאָלק, איר זײַט אומשולדיק; אָט האָב איך געמאַכט אַ בונט אַקעגן מײַן האַר, און האָב אים געהרגעט. אָבער װער האָט דערשלאָגן אַלע די דאָזיקע? 10 זײַט װיסן דען, אַז גאָרנישט װעט פֿאַלן צו דער ערד פֿון דעם װאָרט פֿון ה׳ װאָס ג-ט האָט גערעדט אױף דעם הױז פֿון אַחאָבֿ; און ג-ט האָט געטאָן װאָס ער האָט גערעדט דורך זײַן קנעכט אֵלִיָהון.

11 און יֵהוּא האָט דערשלאָגן אַלע װאָס זײַנען געבליבן פֿון אַחאָבֿס הױז אין יִזרְעֶאל, און אַלע זײַנע גרױסע לײַט, און זײַנע גוטע פֿרײַנט, און זײַנע כּהנים, ביז ער האָט נישט געלאָזן פֿון אים אַן איבערבלײַב.

12 און ער איז אױפֿגעשטאַנען און איז אַװעק, און איז געגאַנגען קײן שוֹמרוֹן. װי ער איז בײַם בֵית־עֵקֶד פֿון די פּאַסטוכער אין דעם װעג. 13 אַזױ האָט יֵהוּא אָנגעטראָפֿן די ברידער פֿון אַחַזיָהו דעם מלך פֿון יהוּדה, און ער האָט געזאָגט: װער זײַט איר? האָבן זײ געזאָגט: די ברידער פֿון אַחַזיָהון זײַנען מיר, און מיר האָבן אַראָפּגענידערט אױף דעם פֿריד פֿון די קינדער פֿון מלך און די קינדער פֿון דער מוטער-מלכּה.

14 האָט ער געזאָגט: כאַפּט זײ לעבעדיקערהײט. און מע האָט זײ געכאַפּט לעבעדיקערהײט, און זײ געשאָכטן בײַ דער ברונעם פֿון דעם בֵית־עֵקֶד, צװײ און פֿערציק מאַן. און ער האָט קײנעם פֿון זײ נישט איבערגעלאָזט.

15 און װי ער איז אַװעקגעגאַנגען פֿון דאָרטן, אַזױ האָט ער אָנגעטראָפֿן יהוֹנָדָב דעם זון פֿון רֵכָבֿן אים אַנטקעגן. האָט ער אים באַגריסט, און האָט צו אים געזאָגט: איז דײַן האַרץ אױפֿריכטיק, אַזױ װי מײַן האַרץ איז צו דײַן האַרצן? האָט יהוֹנָדָב געזאָגט: יאָ. אױב יאָ, גיב דײַן האַנט. האָט ער געגעבן זײַן האַנט; און ער האָט אים אַרױפֿגענומען צו זיך אױפֿן רײַטװאָגן. 16 און ער האָט געזאָגט: קום מיט מיר, און זע װי איך נעם זיך אָן פֿון ה׳ס װעגן. און מע האָט אים געפֿירט אין זײַן רײַטװאָגן.

17 און ער איז געקומען קײן שוֹמרוֹן, און האָט דערשלאָגן אַלע װאָס זײַנען געבליבן פֿון אַחאָבֿן אין שוֹמרוֹן. ביז ער האָט אים פֿאַרטיליקט; אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון ה׳ װאָס ער האָט גערעדט צו אֵלִיָהון.

18 און יֵהוּא האָט אײַנגעזאַמלט דאָס גאַנצע פֿאָלק, און האָט צו זײ געזאָגט: אַחאָבֿ האָט געדינט בַעַל אַ ביסל, יֵהוּא װעט אים דינען פֿיל. 19 און אַצונד, רופֿט צו מיר אַלע נבֿיאים פֿון בַעַל, אַלע זײַנע דינער, און אַלע זײַנע כּהנים; קײנער זאָל נישט פֿעלן; װאָרעם אַ גרױסע אָפּפֿערשלאַכטונג צו בַעַל איז בײַ מיר. קײנער װאָס װעט פֿעלן, װעט נישט בלײַבן לעבן. און יֵהוּא האָט דאָס געטאָן מיט באַטרוג, כּדי אונטערצוברענגען די דינער פֿון בַעַל.

20 און יֵהוּא האָט געזאָגט: הײליקט אַן אײַנזאַמלונג צו בַעַל. האָבן זײ עס אױסגערופֿן. 21 און יֵהוּא האָט געשיקט אין גאַנץ יִשׂרָאֵל, און אַלע דינער פֿון בַעַל זײַנען געקומען, און עס איז נישט געבליבן אַ מענטש װאָס איז נישט געקומען. און זײ זײַנען אַרײַנגעגאַנגען אין הױז פֿון בַעַל; און דאָס הױז פֿון בַעַל איז געװאָרן אָנגעפֿילט פֿון עק צו עק.

22 האָט ער געזאָגט צו דעם מאַן װאָס איבער דער קלײדער-קאַמער: גיב אַרױס מלבושים צו אַלע דינער פֿון בַעַל. און ער האָט זײ אַרױסגעגעבן די מלבושים.

23 און יֵהוּא איז אַרײַנגעגאַנגען מיט יהוֹנָדָב דעם זון פֿון רֵכָבֿן אין הױז פֿון בַעַל, און ער האָט געזאָגט צו די דינער פֿון בַעַל: זוכט נאָך און זעט, אַז דאָ זאָל נישט זײַן מיט אײַך פֿון די קנעכט פֿון ה׳, נאָר בלױז בַעַל-דינער אַלײן. 24 און זײ זײַנען אַרײַנגעגאַנגען צו מאַכן שלאַכטאָפּפֿער און בראַנדאָפּפֿער. און יֵהוּא האָט זיך געשטעלט דרױסן אַכציק מאַן, און אָנגעזאָגט: אױב עמעצער װעט אַנטרונען װערן פֿון די מענטשן װאָס איך גיב איבער אױף אײַערע הענט, איז דײַן נפֿש פֿאַר יענעמס נפֿש.

25 און עס איז געװען, װי ער האָט געענדיקט מאַכן דאָס בראַנדאָפּפֿער, אַזױ האָט יֵהוּא געזאָגט צו די לױפֿערס און צו די הױפּטלײַט: גײט אַרײַן דערשלאָגט זײ; קײנער זאָל נישט אַרױס. האָבן זײ זײ דערשלאָגן מיטן שאַרף פֿון שװערד; און די לױפֿערס און די הױפּטלײַט האָבן זײ אַרױסגעװאָרפֿן, און זײַנען אַװעקגעגאַנגען צו דער שטאָט פֿון בַעַלס הױז. 26 און זײ האָבן אַרױסגענומען די זײַלשטײנער פֿון בַעַלס הױז, און זײ פֿאַרברענט. 27 און זײ האָבן צעבראָכן דעם זײַלשטײן פֿון בַעַל, און האָבן צעבראָכן דאָס הױז פֿון בַעַל, און האָבן עס געמאַכט פֿאַר אָפּטריטן ביז אױף הײַנטיקן טאָג.

28 און יֵהוּא האָט פֿאַרטיליקט בַעַל פֿון יִשׂרָאֵל. 29 אָבער פֿון די זינד פֿון יָרָבֿעָם דעם זון פֿון נבָֿטן, מיט װאָס ער האָט געמאַכט זינדיקן יִשׂרָאֵל, פֿון הינטער זײ האָט זיך יֵהוּא נישט אָפּגעקערט – פֿון די גילדערנע קעלבער װאָס אין בֵית-אֵל און װאָס אין דָן.

30 און ה׳ האָט געזאָגט צו יֵהוּאן: װײַל דו האָסט זיך גוט באַגאַנגען צו טאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין מײַנע אױגן – געטאָן צו אַחאָבֿס הױז אַזױ װי אַלץ אין מײַן האַרצן, װעלן דיר קינדער פֿון פֿירטן דור זיצן אױף דעם טראָן פֿון יִשׂרָאֵל.

31 אָבער יֵהוּא האָט נישט געהיט צו גײן אין דער תּורה פֿון ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל מיט זײַן גאַנצן האַרצן; ער האָט זיך נישט אָפּגעקערט פֿון די זינד פֿון יָרָבֿעָמען, װאָס ער האָט געמאַכט זינדיקן יִשׂרָאֵל.

32 אין יענע טעג האָט ה׳ אָנגעהױבן אָפּצוהאַקן פֿון יִשׂרָאֵל. און חַזָאֵל האָט זײ געשלאָגן אין גאַנצן געמאַרק פֿון יִשׂרָאֵל: 33 פֿון יַרדן צו זונאױפֿגאַנג, דאָס גאַנצע לאַנד גִלעָד, די גָדים, און די ראובֿנים, און די מנַשים, פֿון עַרוֹעֵר װאָס בײַם טאָל אַרנוֹן-גִלעָד און בָשָן.

34 און די איבעריקע זאַכן װעגן יֵהוּאן, און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן, און זײַן גאַנצע גבֿוּרהשאַפֿט, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יִשׂרָאֵל.

35 און יֵהוּא האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און מע האָט אים באַגראָבן אין שוֹמרוֹן. און זײַן זון יהוֹאָחָז איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט. 36 און די טעג װאָס יֵהוּא האָט געקיניגט איבער יִשׂרָאֵל אין שוֹמרוֹן, זײַנען געװען אַכט און צװאַנציק יאָר.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-