Publicidade

2 Reis 6

1 און די יונגע נבֿיאים האָבן געזאָגט צו אֶלישע. זע נאָר, דער אָרט װוּ מיר זיצן פֿאַר דיר איז צו ענג פֿאַר אונדז.

2 לאָמיר גײן ביזן יַרדן, און לאָמיר נעמען פֿון דאָרטן איטלעכער פֿון אונדז אײן קלאָץ, און לאָמיר אונדז דאָרטן מאַכן אַן אָרט צו װױנען דאָרטן. האָט ער געזאָגט: גײט. 3 האָט אײנער געזאָגט: באַװיליק, איך בעט דיך, און גײ מיט דײַנע קנעכט. האָט ער געזאָגט: איך װעל גײן.

4 איז ער געגאַנגען מיט זײ, און זײ זײַנען געקומען צום יַרדן, און זײ האָבן אָפּגעהאַקט די בײמער. 5 און עס איז געװען, װי אײנער װאַרפֿט אום אַ קלאָץ, אַזױ איז דער אײַזן אַרײַנגעפֿאַלן אין װאַסער, און ער האָט אױסגעשריִען און געזאָגט: װײ, מײַן האַר, װאָרעם ער איז אַ געליִענער. 6 האָט דער מאַן פֿון ג-ט געזאָגט: װוּ איז ער אַרײַנגעפֿאַלן? האָט ער אים געװיזן דעם אָרט, און ער האָט אָפּגעשניטן אַ העלצל, און האָט עס אַהין אַרײַנגעװאָרפֿן, און דער אײַזן איז אַרױפֿגעשװוּמען. 7 און ער האָט געזאָגט: הײב דיר אים אַרױס; האָט ער אױסגעשטרעקט זײַן האַנט, און האָט אים אַרױסגענומען.

8 און דער מלך פֿון אַרָם האָט געהאַלטן מלחמה אױף יִשׂרָאֵל, און ער האָט אָפּגערעדט מיט זײַנע קנעכט, אַזױ צו זאָגן: אין יענעם און יענעם אָרט װעט זײַן מײַן לאַגערונג.

9 האָט דער מאַן פֿון ג-ט געשיקט צו דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן: היט זיך פֿאַרבײַצוגײן דעם דאָזיקן אָרט, װאָרעם אַהין לאָזן זיך אַראָפּ די אַרַמים. 10 און דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל האָט געשיקט צו דעם אָרט װאָס דער מאַן פֿון ג-ט האָט אים געזאָגט און אים געװאָרנט; און ער האָט זיך דאָרטן אױסגעהיט נישט אײן מאָל און נישט צװײ מאָל.

11 איז אױפֿגערודערט געװאָרן דאָס האַרץ פֿון דעם מלך פֿון אַרָם איבער דער דאָזיקער זאַך, און ער האָט גערופֿן זײַנע קנעכט, און האָט צו זײ געזאָגט: קענט איר מיר נישט זאָגן, װער פֿון אונדזערע איז מיט דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל? 12 האָט אײנער פֿון זײַנע קנעכט געזאָגט: נײן, מײַן האַר מלך, נײַערט אֶלישע דער נבֿיא װאָס אין יִשׂרָאֵל דערצײלט דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל די רײד װאָס דו רעדסט אין דײַן שלאָפֿקאַמער. 13 האָט ער געזאָגט: גײט און זעט װוּ ער איז, און איך װעל שיקן און װעל אים נעמען. איז אים אָנגעזאָגט געװאָרן, אַזױ צו זאָגן: ער איז אין דוֹתָן. 14 און ער האָט געשיקט אַהין פֿערד און רײַטװעגן און אַ גרױסן חיל, און זײ זײַנען געקומען בײַ נאַכט, און האָבן אַרומגערינגלט די שטאָט. 15 און דער משרת פֿון דעם מאַן פֿון ג-ט האָט זיך געפֿעדערט אױפֿצושטײן, און ער איז אַרױסגעגאַנגען, ערשט אַ חיל רינגלט אַרום די שטאָט, מיט פֿערד און רײַטװעגן. האָט זײַן יונג צו אים געזאָגט: װײ, מײַן האַר, װאָס זאָלן מיר טאָן? 16 האָט ער געזאָגט: זאָלסט נישט מורא האָבן; װאָרעם די װאָס מיט אונדז זײַנען מער װי די װאָס מיט זײ.

17 און אֶלישע האָט מתפּלל געװען און האָט געזאָגט: ה׳ עפֿן, איך בעט דיך, זײַנע אױגן, און זאָל ער זען. האָט ג-ט געעפֿנט די אױגן פֿון דעם יונג, און ער האָט געזען, ערשט דער באַרג איז פֿול מיט פֿערד און רײַטװעגן פֿײַערדיקע רונד אַרום אֶלישען.

18 און װי זײ האָבן אַראָפּגענידערט צו אים, אַזױ האָט אֶלישע מתפּלל געװען צו ה׳, און האָט געזאָגט: שלאָג, איך בעט דיך, דאָס דאָזיקע פֿאָלק מיט בלינדקײט. האָט ער זײ געשלאָגן מיט בלינדקײט, אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון אֶלישען. 19 און אֶלישע האָט צו זײ געזאָגט: נישט דאָס איז דער װעג, און נישט דאָס איז די שטאָט. גײט מיר נאָך און איך װעל אײַך פֿירן צו דעם מאַן װאָס איר זוכט. און ער האָט זײ אַװעקגעפֿירט קײן שוֹמרוֹן.

20 און עס איז געװען, װי זײ זײַנען געקומען קײן שוֹמרוֹן, אַזױ האָט אֶלישע געזאָגט: ה׳, עפֿן די אױגן פֿון די דאָזיקע, זײ זאָלן זען. האָט ה׳ געעפֿנט זײערע אױגן, און זײ האָבן געזען, ערשט זײ זײַנען אין מיטן שוֹמרוֹן. 21 און דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל האָט געזאָגט צו אֶלישען, װען ער האָט זײ געזען: זאָל איך דערשלאָגן? זאָל איך דערשלאָגן, מײַן פֿאָטער? 22 האָט ער געזאָגט: זאָלסט נישט דערשלאָגן. צי די װאָס דו האָסט געפֿאַנגען מיט דײַן שװערד און מיט דײַן בױגן דערשלאָגסט דאָס? שטעל פֿאַר זײ ברױט און װאַסער, און זאָלן זײ עסן און טרינקען, און גײן צו זײער האַר.

23 האָט ער זײ געמאַכט אַ גרױסן מאָלצײַט און זײ האָבן געגעסן און געטרונקען, און ער האָט זײ אַװעקגעשיקט, און זײ זײַנען אַװעקגעגאַנגען צו זײער האַר. און די באַנדעס פֿון אַרָם זײַנען מער װידער נישט געקומען אין לאַנד פֿון יִשׂרָאֵל.

24 און עס איז געװען נאָך דעם, האָט בֶן-הַדַד דער מלך פֿון אַרָם אײַנגעזאַמלט זײַן גאַנצן חיל, און ער איז אַרױפֿגעגאַנגען און האָט געלעגערט אױף שוֹמרוֹן. 25 און עס איז געװאָרן אַ גרױסער הונגער אין שוֹמרוֹן, בעת-אָט זײ האָבן געלעגערט אױף איר, ביז אַ קאָפּ פֿון אַן אײזל איז געװען אַכציק זילבערסטיק און אַ פֿערטל קַבֿ טױבנמיסט פֿינף זילבערסטיק. 26 און עס איז געװען, װי דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל איז פֿאַרבײַגעגאַנגען אױף דער מױער, האָט אַ פֿרױ געשריִען צו אים, אַזױ צו זאָגן: העלף, מײַן האַר מלך. 27 האָט ער געזאָגט: אַז ה׳ העלפֿט דיר נישט, פֿון װאַנען זאָל איך דיר העלפֿן? פֿון דרעש-שײַער צי פֿון קעלטער? 28 און דער מלך האָט צו איר געזאָגט: װאָס איז דיר? האָט זי געזאָגט: די דאָזיקע פֿרױ האָט צו מיר געזאָגט: גיב אַהער דײַן זון, און מיר װעלן אים הײַנט אױפֿעסן, און מײַן זון װעלן מיר אױפֿעסן מאָרגן. 29 האָבן מיר אָפּגעקאָכט מײַן זון, און מיר האָבן אים אױפֿגעגעסן; און אַז איך האָב צו איר געזאָגט אױפֿן אַנדערן טאָג: גיב אַהער דײַן זון, און מיר װעלן אים אױפֿעסן, האָט זי באַהאַלטן איר זון.

30 און עס איז געװען, װי דער מלך האָט געהערט די װערטער פֿון דער פֿרױ, אַזױ האָט ער צעריסן זײַנע קלײדער, בעת ער איז פֿאַרבײַגעגאַנגען אױף דער מױער, און דאָס פֿאָלק האָט געזען, ערשט זאַק איז אױף זײַן לײַב פֿון אונטן. 31 און ער האָט געזאָגט: זאָל מיר אלֹקים טאָן אַזױ און נאָך מער, אױב דער קאָפּ פֿון אֶלישע דעם זון פֿון שָפֿטן װעט בלײַבן אױף אים הײַנט!

32 און אֶלישע איז געזעסן אין זײַן הױז, און די עלטסטע זײַנען געזעסן מיט אים. און האָט געשיקט פֿון זיך אַ מאַן. אָבער אײדער דער שליח איז אָנגעקומען צו אים, האָט ער געזאָגט צו די עלטסטע: איר זעט װי דער דאָזיקער זון פֿון דעם רוצֵח שיקט אַראָפּצונעמען מײַן קאָפּ? זעט, װי דער שליח קומט, פֿאַרשליסט די טיר, און איר זאָלט זיך אָנשפּאַרן אָן דער טיר אַקעגן אים. פֿאַר װאָר, דער שאָרך פֿון זײַן האַרס פֿיס איז הינטער אים.

33 װי ער רעדט נאָך מיט זײ, ערשט דער שליח נידערט אַראָפּ צו אים. און האָט געזאָגט: זע, דאָס דאָזיקע בײז איז פֿון ה׳; װאָס קען איך נאָך האָפֿן פֿון ה׳?

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-