1 און יעקבֿ האָט גערופֿן זײַנע זין, און האָט געזאָגט: זאַמלט אײַך אײַן, און איך װעל אײַך זאָגן װאָס אײַך װעט געשען אין סוף פֿון די טעג.
2 קלײַבט אײַך אױף און הערט, קינדער פֿון יעקבֿ,
און האָרכט צו אײַער פֿאָטער יִשׂרָאֵל:
3 ראובֿן, מײַן בכוֹר ביסטו,
מײַן כּוֹח און מײַן ערשטע קראַפֿט,
די פּער פֿון גרױסקײט, און די פּער פֿון מאַכט.
4 ביסט אײַליק װי װאַסער – זאָלסטו די פּער נישט זײַן;
װײַל דו ביסט אױף דײַן פֿאָטערס געלעגער אַרױף;
דענצמאָל האָסטו עס פֿאַרשװעכט –
מײַן בעט װוּ ער איז אַרױף.
5 שמעון און לֵוִי זײַנען ברידער,
געצײַג פֿון געװאַלטאַט זײַנען זײערע שװערדן.
6 אין זײער באַראָט זאָל נישט קומען מײַן זעל,
צו זײער געזעמל זאָל מײַן כּבֿוד נישט צושטײן;
װאָרעם אין זײער כּעס הרגען זײ אַ מענטש,
און אין זײער קאַפּריז פֿאַרקריפּלען זײ אַן אָקס.
7 פֿאַרשאָלטן זײער כּעס, װײַל ער איז שטאַרק,
און זײער צאָרן, װײַל ער איז האַרט!
איך װעל זײ צעטײלן אין יעקבֿ,
און זײ צעשפּרײטן אין יִשׂרָאֵל.
8 יהוּדה, דיך װעלן דײַנע ברידער לױבן,
דײַן האַנט װעט זײַן אױפֿן נאַקן פֿון דײַנע פֿײַנט,
די זין פֿון דײַן פֿאָטער װעלן זיך בוקן צו דיר.
9 אַ יונגער לײב איז יהוּדה;
פֿון פֿאַרצוקונג, מײַן זון, ביסטו אַרױפֿגעגאַנגען;
ער קניט, ער הױערט װי אַ לײב,
און װי אַ לײבינטע – װער קען אים אױפֿרײצן?
10 נישט אַװעקגײן װעט װערן דער סקעפּטער פֿון יהוּדה,
און אַ געזעץ־געבער פֿון צװישן זײַנע פֿיס,
ביז שילוֹ װעט קומען,
און צו אים װעלן פֿעלקער געהאָרכן.
11 ער בינדט צום װײַנשטאָק זײַן יונגאײזל,
אום צום װײַנצװײַג דעם זון פֿון זײַן אײזעלין.
ער װאַשט אין װײַן זײַן קלײד,
און אין בלוט פֿון טרױבן זײַן בגד;
12 רױט זײַן אױגן פֿון װײַן,
און װײַס זײַן צײנער פֿון מילך.
13 זבֿולון װעט װױנען בײַם באָרטן פֿון ימען,
און ער װעט זײַן אַ האַװן פֿאַר שיפֿן,
און זײַן באָרטן איבער צידון.
14 יִשׂשָׂכָר איז אַ בײניקער אײזל,
ער הױערט צװישן די לאַסטן.
15 און ער האָט געזען די מנוחה, אַז זי איז גוט,
און דאָס לאַנד, אַז עס איז ליב,
האָט ער געבױגן זײַן רוקן צו טראָגן,
און איז געצװונגען אַרבעט געװאָרן.
16 דָן װעט זײַן אַ ריכטער פֿאַר זײַן פֿאָלק,
װי אײנער פֿון די שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל.
17 דָן װעט זײַן אַ שלאַנג אױפֿן װעג,
אַ שלאַנג אױפֿן שטעג,
װאָס בײַסט די טריט פֿון דעם פֿערד,
און זײַן רײַטער פֿאַלט אַהינטער.
18 אױף זײַן הילף, ה׳, טו איך האָפֿן.
19 גָד – אים װעט אַ מחנה באַפֿאַלן,
אָבער ער װעט אָנפֿאַלן אױף זײער טריט.
20 בײַ אָשֵרן װעט פֿעט זײַן זײַן ברױט,
און ער װעט אַרױסגעבן מַלכות-געריכטן.
21 נַפֿתָּלי איז אַ הינדין אַ פֿלינקע;
ער גיט אַרױס שײנע רײד.
22 אַ פֿרוכטיק בײמל איז יוֹסף,
אַ פֿרוכטיק בײמל בײַ אַ קװאַל;
די צװײַגן שפּרײַזן איבער דער מױער.
23 און אים געביטערט, און געשאָסן,
און אים געפֿײַנט האָבן די פֿײַלמענער;
24 אָבער פֿעסט איז זײַן בױגן געבליבן,
און געשיקט געװען זײַנען די אָרעמס פֿון זײַנע הענט,
דורך די הענט פֿון דעם מאַכטיקן פֿון יעקבֿ,
פֿון דאָרט – פֿון דעם פּאַסטוך, דעם פֿעלדז פֿון יִשׂרָאֵל;
25 פֿון דעם ג-ט פֿון דײַן פֿאָטער װאָס העלפֿט דיר,
און פֿון שַדַי װאָס בענטשט דיך,
מיט ברכות פֿון הימל פֿון אױבן,
ברכות פֿון תּהום װאָס הױערט אונטן,
ברכות פֿון ברוסטן און טראַכט.
26 די ברכות פֿון דײַן פֿאָטער שטײַגן אַריבער
די ברכות פֿון מײַנע עלטערן –
ביז דעם שפּיץ פֿון די אײביקע בערג.
זײ זאָלן זײַן אױף דעם קאָפּ פֿון יוֹספֿן,
און אױפֿן קאַפּעלע דעם פֿירשט פֿון זײַנע ברידער.
27 בנימין איז אַ װאָלף װאָס פֿאַרצוקט;
אין דער פֿרי עסט ער פֿאַנג,
און אין אָװנט טײלט ער רױב.
28 די אַלע זײַנען די צװעלף שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל, און דאָס איז װאָס זײער פֿאָטער האָט צו זײ גערעדט און זײ געבענטשט; איטלעכן װי לױט זײַן ברכה האָט ער זײ געבענטשט. 29 און ער האָט זײ באַפֿױלן, און זײ אָנגעזאָגט: איך װער אײַנגעזאַמלט צו מײַן פֿאָלק; באַגראָבט מיך לעבן מײַנע עלטערן, אין דער הײל װאָס אין דעם פֿעלד פֿון עֶפֿרוֹן דעם חִתּי. 30 אין דער הײל װאָס אין דעם פֿעלד פֿון מַכפֵּלָה, װאָס פֿאַר מַמרֵא אין לאַנד כּנַעַן, װאָס אבֿרהם האָט אָפּגעקױפֿט מיטן פֿעלד פֿון עֶפֿרוֹן דעם חִתּי פֿאַר אַ קבֿר-אײגנטום – 31 דאָרטן האָט מען באַגראָבן אבֿרהמען און זײַן װײַב שׂרהן, דאָרטן האָט מען באַגראָבן יִצחָקן און זײַן װײַב רבקהן, און דאָרטן האָב איך באַגראָבן לאהן – 32 דער אײַנקױף פֿון דעם פֿעלד מיט דער הײל װאָס דרינען, פֿון די קינדער פֿון חֵת.
33 און װי יעקבֿ האָט געענדיקט זײַן צַװָאֶה צו זײַנע זין, אַזױ האָט ער אַרײַנגענומען זײַנע פֿיס אין בעט, און איז פֿאַרגאַנגען, און איז אײַנגעזאַמלט געװאָרן צו זײַן פֿאָלק.