1 און אבֿרהם האָט װידער גענומען אַ װײַב, און איר נאָמען איז געװען קטורָה. 2 און זי האָט אים געבאָרן זִמרָנען, און יָקשָנען, און מדָנען, און מִדיָנען, און יִשבקן, און שוחַן. 3 און יָקשָן האָט געבאָרן שבֿאָן, און דדָנען. און די קינדער פֿון דדָנען זײַנען געװען אַשורים, און לטושים, און לְאומים. 4 און די זין פֿון מִדיָנען זײַנען געװען: עֵיפֿה, און עֵפֿר, און חַנוֹך, און אַבֿידָע, און אֶלדָעָה, די אַלע זײַנען געװען די קינדער פֿון קטורָהן.
5 און אבֿרהם האָט אַװעקגעגעבן אַלץ װאָס ער האָט געהאַט צו יִצחָקן. 6 און צו די זין פֿון די קעפּסװײַבער װאָס אבֿרהם האָט געהאַט, האָט אבֿרהם געגעבן מתָּנות, און האָט זײ אַװעקגעשיקט פֿון זײַן זון יִצחָקן, װען ער האָט נאָך געלעבט, קײן מזרח אין מזרח-לאַנד.
7 און דאָס זײַנען די טעג פֿון די יאָרן פֿון אבֿרהמס לעבן װאָס ער האָט געלעבט: הונדערט יאָר און פֿינף יאָר און זיבעציק יאָר. 8 און אבֿרהם איז פֿאַרגאַנגען און איז געשטאָרבן אין אַ גוטער עלטער, אַלט און זאַט מיט יאָרן; און ער איז אײַנגעזאַמלט געװאָרן צו זײַן פֿאָלק. 9 און יִצחָק און יִשמָעֵאל, זײַנע זין, האָבן אים באַגראָבן אין דער הײל פֿון מַכפֵּלָה, אין דעם פֿעלד פֿון עֶפֿרוֹן דעם זון פֿון צוֹחַר דעם חִתּי, װאָס פֿאַר מַמרֵא; 10 דאָס פֿעלד װאָס אבֿרהם האָט אָפּגעקױפֿט פֿון די קינדער פֿון חֵת, דאָרטן איז באַגראָבן געװאָרן אבֿרהם, און זײַן װײַב שׂרה.
11 און עס איז געװען נאָך דעם טױט פֿון אבֿרהמען, האָט אלֹקים געבענטשט זײַן זון יִצחָקן. און יִצחָק איז געזעסן בײַ באֵר-לַחַי-רוֹאי.
12 און דאָס זײַנען די געבורטן פֿון יִשמָעֵאל, אבֿרהמס זון, װאָס הָגָר די מִצרית, די דינסט פֿון שׂרהן, האָט געבאָרן אבֿרהמען. 13 און דאָס זײַנען די נעמען פֿון יִשמָעֵאלס זין, נאָך זײערע נעמען, לױט זײערע געבורטן: דער בכוֹר פֿון יִשמָעֵאלן, נבָֿיוֹת, און קֵדָר, און אַדבאֵל, און מִבֿשָׂם; 14 און מִשמָע, און דומָה, און מַשׂאָ; 15 חַדַד, און תֵּימאָ, איטור, נָפֿיש און קֵדמָה. 16 דאָס זײַנען די זין פֿון יִשמָעֵאלן, און דאָס זײַנען זײערע נעמען אין זײערע דערפֿער, און אין זײערע לאַגערן; צװעלף פֿירשטן לױט זײערע פֿעלקער. – 17 און דאָס זײַנען די יאָרן פֿון יִשמָעֵאלס לעבן: הונדערט יאָר און זיבן יאָר און דרײַסיק יאָר. און ער איז פֿאַרגאַנגען און איז געשטאָרבן; און ער איז אײַנגעזאַמלט געװאָרן צו זײַן פֿאָלק. – 18 און זײ האָבן געװױנט פֿון חַוִילָה ביז שור װאָס פֿאַר מִצרַיִם, װי דו גײסט קײן אשור; אין געזיכט פֿון אַלע זײַנע ברידער האָט ער זיך באַזעצט.
19 און דאָס איז די געשיכטע פֿון יִצחָק, אבֿרהמס זון: אבֿרהם האָט געבאָרן יִצחָקן. 20 און יִצחָק איז געװען פֿערציק יאָר אַלט, װען ער האָט זיך גענומען רבקה, די טאָכטער פֿון בתואֵל דעם אַרַמי פֿון פַּדַן-אַרָם, די שװעסטער פֿון לָבָֿן דעם אַרַמי, פֿאַר אַ װײַב. 21 און יִצחָק האָט געבעטן צו ה׳ פֿון װעגן זײַן װײַב, װאָרעם זי איז געװען אַן עקרה; און ה׳ האָט זיך געלאָזט דערבעטן פֿון אים, און רבקה זײַן װײַב איז טראָגעדיק געװאָרן.
22 און די קינדער האָבן זיך געשטױסן אין איר, און זי האָט געזאָגט: אױב אַזױ, נאָך װאָס דען לעב איך? און זי איז געגאַנגען פֿרעגן בײַ ה׳. 23 און ה׳ האָט צו איר געזאָגט:
צװײ אומות זײַנען אין דײַן לײַב,
און צװײ פֿעלקער װעלן זיך פֿון דײַנע אינגעװײד צעשײדן,
און אַ פֿאָלק פֿון אַ פֿאָלק װעט זײַן שטאַרקער,
און דער עלטערער װעט דינען דעם ייִנגערן.
24 און אַז אירע טעג זײַנען פֿול געװאָרן צום געװינען, ערשט אַ צװילינג איז אין איר לײַב. 25 און דער ערשטער איז אַרױסגעקומען אַ רױטער, אין גאַנצן אַזױ װי אַ האָריקער מאַנטל; און מע האָט גערופֿן זײַן נאָמען עֵשָׂו. 26 און דערנאָך איז אַרױסגעקומען זײַן ברודער, און זײַן האַנט האָט צוגעהאַלטן דעם טריט פֿון עֵשָׂון; און מע האָט גערופֿן זײַן נאָמען יעקבֿ. און יִצחָק איז געװען זעכציק יאָר אַלט בײַ זײער געבאָרן װערן.
27 און די ייִנגלעך זײַנען אױפֿגעװאַקסן; און עֵשָׂו איז געװען אַ מענטש געניט אין געיעג, אַ פֿעלדמענטש, און יעקבֿ איז געװען אַ שטילער מענטש װאָס זיצט אין געצעלטן. 28 און יִצחָק האָט ליב געהאַט עֵשָׂון, װײַל דאָס געפֿאַנג איז אים געװען צום מױל; און רבקה האָט ליב געהאַט יעקבֿן.
29 האָט יעקבֿ אײן מאָל געקאָכט אַ געקעכטס, און עֵשָׂו איז אָנגעקומען פֿון פֿעלד, און ער איז געװען פֿאַרשמאַכט. 30 האָט עֵשָׂו געזאָגט צו יעקבֿן: לאָז מיך אַ שלונג טאָן, איך בעט דיך, פֿון דעם דאָזיקן רױטן-רױטן, װאָרעם איך בין פֿאַרשמאַכט; דערום האָט מען גערופֿן זײַן נאָמען אֶדוֹם. 31 האָט יעקבֿ געזאָגט: פֿאַרקױף מיר אַקאָרשט דײַן בכוֹרה. 32 האָט עֵשָׂו געזאָגט: זע, איך גײ צום שטאַרבן, און צו װאָס מיר דען בכוֹרה? 33 האָט יעקבֿ געזאָגט: שװער מיר אַקאָרשט. האָט ער אים געשװאָרן, און ער האָט פֿאַרקױפֿט זײַן בכוֹרה צו יעקבֿן. 34 און יעקבֿ האָט געגעבן עֵשָׂון ברױט און געקעכטס פֿון לינדזן; און ער האָט געגעסן און געטרונקען, און איז אױפֿגעשטאַנען און אַװעקגעגאַנגען. אַזױ האָט עֵשָׂו פֿאַראַכט די בכוֹרה.