Publicidade

Gênesis 20

1 און אבֿרהם האָט אַװעקגעצױגן פֿון דאָרטן צום לאַנד פֿון דָרום, און ער האָט זיך באַזעצט צװישן קָדֵש און צװישן שור, און האָט געװױנט אין גרָר.

2 און אבֿרהם האָט געזאָגט אױף זײַן װײַב שׂרהן: זי איז מײַנע אַ שװעסטער. האָט געשיקט אַבֿימֶלֶך דער מלך פֿון גרָר, און האָט צוגענומען שׂרהן. 3 איז אלֹקים געקומען צו אַבֿימֶלֶכן אין אַ חלום פֿון דער נאַכט, און האָט צו אים געזאָגט: זע, װעסט שטאַרבן פֿון װעגן דער פֿרױ װאָס דו האָסט גענומען, װאָרעם זי איז די װײַב פֿון אַ מאַן. 4 און אַבֿימֶלֶך האָט צו איר נישט גענענט און ער האָט געזאָגט: אֲדֹנָי, װילסטו אױך אומשולדיק פֿאָלק הרגען? 5 האָט ער מיר נישט אַלײן געזאָגט: זי איז מײַנע אַ שװעסטער? און זי, אױך זי האָט געזאָגט: ער איז מײַנער אַ ברודער. אין דער ערלעכקײט פֿון מײַן האַרצן און אין דער רײנקײט פֿון מײַנע הענט האָב איך דאָס געטאָן. 6 האָט האלֹקים צו אים געזאָגט אין חלום: יאָ, איך װײס אַז אין דער ערלעכקײט פֿון דײַן האַרצן האָסטו דאָס געטאָן, און איך האָב דיך אױך געװאָלט פֿאַרמײַדן פֿון זינדיקן צו מיר, דערום האָב איך דיך נישט געלאָזט זיך צורירן צו איר. 7 און אַצונד, קער אום די װײַב פֿון דעם מאַן, װאָרעם ער איז אַ נבֿיא, און ער װעט מתפּלל זײַן פֿאַר דיר, און װעסט בלײַבן לעבן; אױב אָבער דו קערסט זי נישט אום, זײַ װיסן אַז שטאַרבן װעסטו שטאַרבן, דו און אַלע װאָס געהערן צו דיר.

8 האָט אַבֿימֶלֶך זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי, און האָט צונױפֿגערופֿן אַלע זײַנע קנעכט, און האָט גערעדט אַלע די דאָזיקע װערטער אין זײערע אױערן, און די מענטשן האָבן זײער מורא געהאַט. 9 און אַבֿימֶלֶך האָט גערופֿן אבֿרהמען, און האָט צו אים געזאָגט: װאָס האָסטו אונדז געטאָן? און װאָס האָב איך געזינדיקט אַקעגן דיר, װאָס דו האָסט געבראַכט אױף מיר און אױף מײַן קיניגרײַך אַזאַ גרױסע זינד? מעשׂים װאָס װערן נישט געטאָן, האָסטו געטאָן צו מיר. 10 און אַבֿימֶלֶך האָט געזאָגט צו אבֿרהמען: װאָס האָסטו אײַנגעזען, אַז דו האָסט געטאָן די דאָזיקע זאַך?

11 האָט אבֿרהם געזאָגט: װײַל איך האָב געקלערט: פֿאַר װאָר, קײן מורא פֿאַר אלֹקים איז נישטאָ אין דעם דאָזיקן אָרט, און זײ װעלן מיך הרגען פֿון װעגן מײַן װײַב. 12 און זי איז אױך אין דער אמתן מײַנע אַ שװעסטער, די טאָכטער פֿון מײַן פֿאָטער, נאָר נישט די טאָכטער פֿון מײַן מוטער; דערום איז זי מיר געװאָרן פֿאַר אַ װײַב. 13 און עס איז געװען, אַז אלֹקים האָט מיך פֿאַרװאָגלט פֿון מײַן פֿאָטערס הױז, האָב איך צו איר געזאָגט: דאָס זאָל זײַן דײַן חֶסֶד װאָס דו זאָלסט טאָן מיט מיר: אין איטלעכן אָרט, װאָס מיר װעלן אַהין קומען, זאָג אױף מיר: ער איז מײַנער אַ ברודער.

14 האָט אַבֿימֶלֶך גענומען שאָף און רינדער, און קנעכט און דינסטן, און האָט געגעבן אבֿרהמען, און ער האָט אים אומגעקערט זײַן װײַב שׂרהן. 15 און אַבֿימֶלֶך האָט געזאָגט: אָט איז מײַן לאַנד פֿאַר דיר; װוּ עס איז גוט אין דײַנע אױגן, באַזעץ זיך. 16 און צו שׂרהן האָט ער געזאָגט: אָט האָב איך געגעבן דײַן ברודער טױזנט זילבערשטיק; זע, דאָס איז דיר אַ צודעק פֿאַר די אױגן אַקעגן אַלע װאָס מיט דיר; און פֿאַר אַלעמען ביסטו גערעכטפֿאַרטיקט.

17 און אבֿרהם האָט מתפּלל געװען צו האלֹקים, און אלֹקים האָט געהײלט אַבֿימֶלֶכן, און זײַן װײַב, און זײַנע דינסטן, און זײ האָבן געבאָרן. 18 װאָרעם פֿאַרשלאָסן האָט ה׳ געהאַט פֿאַרשלאָסן יעטװעדער טראַכט פֿון אַבֿימֶלֶכס הױז פֿון װעגן שׂרה, אבֿרהמס װײַב.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-