Publicidade

Gênesis 39

1 און יוֹסף איז אַראָפּגענידערט געװאָרן קײן מִצרַיִם, און פּוֹטיפַֿר, אַ הױפֿדינער פֿון פַּרעהן, דער אײבערלײַבװעכטער, אַ מִצרישער מאַן, האָט אים אָפּגעקױפֿט פֿון דער האַנט פֿון די יִשמָעֵאלים װאָס האָבן אים אַהין אַראָפּגענידערט. 2 און ה׳ איז געװען מיט יוֹספֿן, און ער איז געװען אַ באַגליקטער מענטש; און ער איז געװען אין הױז פֿון זײַן האַר דעם מִצרי. 3 און זײַן האַר האָט געזען, אַז ה׳ איז מיט אים, און אַלץ װאָס ער טוט, באַגליקט ה׳ אין זײַן האַנט; 4 האָט יוֹסף געפֿונען חן אין זײַנע אױגן, און ער האָט אים באַדינט. און ער האָט אים אױפֿגעזעצט איבער זײַן הױז, און אַלץ װאָס ער האָט געהאַט, האָט ער איבערגעגעבן אין זײַן האַנט. 5 און עס איז געװען, פֿון זינט ער האָט אים אױפֿגעזעצט איבער זײַן הױז, און איבער אַלץ װאָס ער האָט געהאַט, האָט ה׳ געבענטשט דעם מִצריס הױז פֿון יוֹספֿס װעגן, און אַ ברכה פֿון ה׳ איז געװען אױף אַלץ װאָס ער האָט געהאַט אין הױז און אין פֿעלד. 6 האָט ער איבערגעלאָזן אַלץ װאָס ער האָט געהאַט אין יוֹספֿס האַנט, און ער האָט לעבן אים נישט געװוּסט פֿון קײן זאַך, אַחוץ דעם ברױט װאָס ער האָט געגעסן. און יוֹסף איז געװען שײן אױפֿן געשטאַלט, און שײן אױפֿן פּנים.

7 און עס איז געװען נאָך די דאָזיקע געשעענישן, האָט זײַן האַרס װײַב אױפֿגעהױבן אירע אױגן אױף יוֹספֿן, און זי האָט געזאָגט: ליג מיט מיר. 8 האָט ער נישט געװאָלט, און ער האָט געזאָגט צו זײַן האַרס װײַב: זע, מײַן האַר װײס נישט לעבן מיר װאָס אין הױז טוט זיך, און אַלץ װאָס ער האָט, האָט ער איבערגעגעבן אין מײַן האַנט. 9 ער איז אין דעם דאָזיקן הױז נישט גרעסער פֿון מיר, און ער האָט נישט פֿאַרמיטן פֿון מיר קײן זאַך, נאָר בלױז דיך, װײַל דו ביסט זײַן װײַב. הײַנט װי קען איך טאָן דאָס דאָזיקע גרױסע בײז, און זינדיקן צו האלֹקים?

10 און עס איז געװען, אַז זי האָט גערעדט צו יוֹספֿן טאָג פֿאַר טאָג, און ער האָט נישט צוגעהערט צו איר, צו ליגן מיט איר, צו זײַן מיט איר, 11 איז, אײן טאָג װען ער איז אַרײַנגעקומען אין הױז צו טאָן זײַן אַרבעט, און קײן מענטש פֿון די הױזלײַט איז דאָרטן נישט געװען אין הױז, 12 האָט זי אים אָנגעכאַפּט פֿאַר זײַן קלײד, אַזױ צו זאָגן: ליג מיט מיר. האָט ער איבערגעלאָזן זײַן קלײד אין איר האַנט, און איז אַנטלאָפֿן און אַרױס דרױסן. 13 און עס איז געװען, װי זי האָט געזען, אַז ער האָט איבערגעלאָזן זײַן קלײד אין איר האַנט, און איז אַנטלאָפֿן דרױסן, 14 אַזױ האָט זי גערופֿן צו אירע הױזלײַט, און האָט צו זײ געזאָגט, אַזױ צו זאָגן: זעט, מע האָט אונדז געבראַכט אַ מאַן אַ עִבֿרי, צו מאַכן געשפּעט פֿון אונדז; ער איז געקומען צו מיר צו ליגן מיט מיר, און איך האָב גערופֿן אױף אַ הױכן קֹול. 15 איז, װי ער האָט געהערט, אַז איך האָב אױפֿגעהױבן מײַן קֹול און האָב גערופֿן, אַזױ האָט ער איבערגעלאָזן זײַן קלײד בײַ מיר, און איז אַנטלאָפֿן און אַרױס דרױסן.

16 און זי האָט אַװעקגעלײגט זײַן קלײד בײַ זיך, ביז זײַן האַר איז געקומען אַהײם. 17 און זי האָט גערעדט צו אים אַזױ װי די דאָזיקע װערטער, אַזױ צו זאָגן: דער קנעכט דער עִבֿרי װאָס דו האָסט אונדז געבראַכט, איז געקומען צו מיר צו מאַכן געשפּעט פֿון מיר. 18 און עס איז געװען, װי איך האָב אױפֿגעהױבן מײַן קֹול און האָב גערופֿן, אַזױ האָט ער איבערגעלאָזן זײַן קלײד בײַ מיר, און איז אַנטלאָפֿן דרױסן.

19 און עס איז געװען, װי זײַן האַר האָט געהערט די װערטער פֿון זײַן װײַב, װאָס זי האָט צו אים גערעדט, אַזױ צו זאָגן: אַזעלכע זאַכן האָט געטאָן צו מיר דײַן קנעכט, האָט זײַן צאָרן געגרימט. 20 און יוֹספֿס האַר האָט אים גענומען, און האָט אים אַרײַנגעזעצט אין געפֿענקעניש, אין דעם אָרט װוּ דעם מלכס געפֿאַנגענע זײַנען אײַנגעשפּאַרט; און ער איז דאָרטן געװען אין געפֿענקעניש.

21 און ה׳ איז געװען מיט יוֹספֿן, און ער האָט גענײגט צו אים גענאָד, און אים געגעבן חן אין די אױגן פֿון דעם האַר פֿון געפֿענקעניש. 22 און דער האַר פֿון געפֿענקעניש האָט איבערגעגעבן אױף דער האַנט פֿון יוֹספֿן אַלע געפֿאַנגענע װאָס אין געפֿענקעניש; און אַלץ װאָס מע האָט דאָרטן געטאָן, האָט ער אױפֿגעטאָן. 23 דער האַר פֿון געפֿענקעניש האָט נישט נאָכגעקוקט קײן שום זאַך אונטער זײַן האַנט, װײַל ה׳ איז געװען מיט אים, און װאָס ער האָט געטאָן, האָט ה׳ באַגליקט.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-22_10-02-25-