Publicidade

Gênesis 47

1 און יוֹסף איז געגאַנגען און האָט דערצײלט פַּרעהן, און האָט געזאָגט: מײַן פֿאָטער און מײַנע ברידער, מיט זײערע שאָף און זײערע רינדער און אַלץ װאָס זײ האָבן, זײַנען געקומען פֿון לאַנד כּנַעַן, און זײ זײַנען אין לאַנד גוֹשֶן. 2 און פֿון צװישן זײַנע ברידער האָט ער גענומען פֿינף מאַן, און האָט זײ געשטעלט פֿאַר פַּרעהן. 3 האָט פַּרעה געזאָגט צו זײַנע ברידער: װאָס איז אײַער טאָן? האָבן זײ געזאָגט צו פַּרעהן: פּאַסטוכער פֿון שאָף זײַנען דײַנע קנעכט, אַזױ מיר, אַזױ אונדזערע עלטערן. 4 און זײ האָבן געזאָגט צו פַּרעהן: צו װױנען אין לאַנד זײַנען מיר געקומען, װאָרעם עס איז נישטאָ קײן פֿיטערונג פֿאַר די שאָף פֿון דײַנע קנעכט, װײַל דער הונגער איז שװער אין לאַנד כּנַעַן. און אַצונד, איך בעט דיך, זאָלן דײַנע קנעכט זיצן אין לאַנד גוֹשֶן.

5 האָט פַּרעה געזאָגט צו יוֹספֿן, אַזױ צו זאָגן: דײַן פֿאָטער און דײַנע ברידער זײַנען געקומען צו דיר; 6 דאָס לאַנד מִצרַיִם ליגט פֿאַר דיר, אין בעסטן טײל פֿון לאַנד באַזעץ דײַן פֿאָטער און דײַנע ברידער. זאָלן זײ זיצן אין לאַנד גוֹשֶן. און אױב דו װײסט אַז צװישן זײ זײַנען דאָ טױגלעכע מענטשן, זאָלסטו זײ מאַכן פֿאַר אױפֿזעערס איבער דעם פֿיך װאָס איך האָב.

7 און יוֹסף האָט געבראַכט זײַן פֿאָטער יעקבֿן, און ער האָט אים געשטעלט פֿאַר פַּרעהן; און יעקבֿ האָט געבענטשט פַּרעהן. 8 און פַּרעה האָט געזאָגט צו יעקבֿן: װיפֿל זײַנען די טעג פֿון די יאָרן פֿון דײַן לעבן? 9 האָט יעקבֿ געזאָגט צו פַּרעהן: די טעג פֿון די יאָרן פֿון מײַן װאַנדערשאַפֿט זײַנען הונדערט און דרײַסיק יאָר. װינציק און שלעכט זײַנען די טעג פֿון די יאָרן פֿון מײַן לעבן, און זײ קומען נישט צו די טעג פֿון די יאָרן פֿון מײַנע עלטערנס לעבן אין די טעג פֿון זײער װאַנדערשאַפֿט. 10 און יעקבֿ האָט געבענטשט פַּרעהן, און איז אַרױסגעגאַנגען פֿון פֿאַר פַּרעהן.

11 און יוֹסף האָט באַזעצט זײַן פֿאָטער און זײַנע ברידער, און ער האָט זײ געגעבן אײגנטום אין לאַנד מִצרַיִם, אין בעסטן טײל פֿון לאַנד, אין לאַנד רַעְמסֵס, אַזױ װי פַּרעה האָט באַפֿױלן. 12 און יוֹסף האָט אױסגעהאַלטן זײַן פֿאָטער און זײַנע ברידער, און דאָס גאַנצע הױז פֿון זײַן פֿאָטער, מיט ברױט, װי נאָכן געזינד.

13 און קײן ברױט איז נישט געװען אין גאַנצן לאַנד, װאָרעם דער הונגער איז געװען זײער שװער, און דאָס לאַנד מִצרַיִם און דאָס לאַנד כּנַעַן זײַנען אױסגעמאַטערט געװאָרן פֿון דעם הונגער. 14 און יוֹסף האָט אױפֿגעקליבן דאָס גאַנצע געלט װאָס האָט זיך געפֿונען אין לאַנד מִצרַיִם און אין לאַנד כּנַעַן, פֿאַר דער תּבֿואה װאָס זײ האָבן געקױפֿט. און יוֹסף האָט געבראַכט דאָס געלט אין פַּרעהס הױז. 15 און אַז דאָס געלט איז אױסגעגאַנגען פֿון לאַנד מִצרַיִם און פֿון לאַנד כּנַעַן, זײַנען אַלע מִצרַיִם געקומען צו יוֹספֿן, אַזױ צו זאָגן: גיב אונדז ברױט; װאָרעם נאָך װאָס זאָלן מיר שטאַרבן פֿאַר דיר? אַז דאָס געלט האָט זיך אױסגעלאָזט. 16 האָט יוֹסף געזאָגט: גיט אײַערע פֿיך, און איך װעל אײַך געבן פֿאַר אײַערע פֿיך, אױב דאָס געלט האָט זיך אױסגעלאָזט. 17 האָבן זײ געבראַכט זײערע פֿיך צו יוֹספֿן, און יוֹסף האָט זײ געגעבן ברױט פֿאַר פֿערד, און פֿאַר סטאַדעס שאָף, און פֿאַר סטאַדעס רינדער, און פֿאַר אײזלען; און ער האָט זײ פֿאַרזאָרגט מיט ברױט אין יענעם יאָר, פֿאַר אַלע זײערע פֿיך.

18 האָט זיך דאָס יאָר געענדיקט; און אױפֿן צװײטן יאָר זײַנען זײ געקומען צו אים, און האָבן צו אים געזאָגט: מיר װעלן נישט פֿאַרהױלן פֿון מײַן האַר, אַז אַזױ װי דאָס געלט איז אױסגעגאַנגען, און די סטאַדעס פֿיך זײַנען בײַ מײַן האַר, איז נישט געבליבן פֿאַר מײַן האַר אַחוץ נאָר אונדזער לײַב און אונדזער ערד. 19 נאָך װאָס זאָלן מיר אומקומען פֿאַר דײַנע אױגן, אי מיר אי אונדזער ערד? קױף אָפּ אונדז און אונדזער ערד פֿאַר ברױט, און מיר מיט אונדזער ערד װעלן זײַן קנעכט צו פַּרעהן; און גיב אונדז זריעה, כּדי מיר זאָלן לעבן און נישט שטאַרבן, און די ערד זאָל נישט פֿאַרװיסט װערן.

20 האָט יוֹסף אָפּגעקױפֿט די גאַנצע ערד פֿון מִצרַיִם פֿאַר פַּרעהן, װאָרעם די מִצרַיִם האָבן פֿאַרקױפֿט איטלעכער זײַן פֿעלד, װײַל דער הונגער האָט זיך געשטאַרקט איבער זײ; און דאָס לאַנד איז געװאָרן פַּרעהס. 21 און דאָס פֿאָלק, זײ האָט ער שטעטװײַז איבערגעפֿירט פֿון אײן עק געמאַרק פֿון מִצרַיִם צום אַנדער עק. 22 נאָר די ערד פֿון די פּריסטער האָט ער נישט אָפּגעקױפֿט, װײַל די פּריסטער האָבן געקריגן אַ קִצבֿה פֿון פַּרעהן, און זײ האָבן געגעסן זײער קִצבֿה װאָס פַּרעה האָט זײ געגעבן; דערום האָבן זײ נישט פֿאַרקױפֿט זײער ערד.

23 און יוֹסף האָט געזאָגט צום פֿאָלק: אָט האָב איך הײַנט אָפּגעקױפֿט אײַך און אײַער לאַנד פֿאַר פַּרעהן; נאַט אײַך זריעה, און פֿאַרזײט די ערד. 24 און עס װעט זײַן בײַ די תּבֿואות, װעט איר געבן אַ פֿינפֿטל צו פַּרעהן, און פֿיר חלקים װעלן אײַך זײַן פֿאַר זריעה פֿון פֿעלד, און פֿאַר אײַער עסן, און פֿאַר די װאָס אין אײַערע הײַזער, און צום עסן פֿאַר אײַערע קלײנע קינדער.

25 האָבן זײ געזאָגט: האָסט אונדז דאָס לעבן דערהאַלטן; לאָמיר געפֿינען חֵן אין די אױגן פֿון מײַן האַר, און מיר װעלן זײַן קנעכט צו פַּרעהן. 26 און יוֹסף האָט עס געמאַכט פֿאַר אַ געזעץ ביז אױף הײַנטיקן טאָג אױף דער ערד פֿון מִצרַיִם, אַז צו פַּרעהן זאָל געהערן אַ פֿינפֿטל. נאָר די ערד פֿון די פּריסטער אַלײן איז נישט געװאָרן פַּרעהס.

27 און יִשׂרָאֵל איז געזעסן אין לאַנד מִצרַיִם, אין לאַנד גוֹשֶן; און זײ האָבן זיך דאָרטן אײַנגעפֿעסטיקט, און האָבן זיך געפֿרוכפּערט און געמערט זײער.

וַיְחִי

28 און יעקבֿ האָט געלעבט אין לאַנד מִצרַיִם זיבעצן יאָר; און די טעג פֿון יעקבֿן, די יאָרן פֿון זײַן לעבן, זײַנען געװען הונדערט יאָר און זיבן און פֿערציק יאָר. 29 און די טעג פֿון יִשׂרָאֵלן האָבן גענענט צום שטאַרבן, און ער האָט גערופֿן זײַן זון יוֹספֿן, און האָט צו אים געזאָגט: אױב, איך בעט דיך, איך האָב געפֿונען חֵן אין דײַנע אױגן, טו, איך בעט דיך, דײַן האַנט אונטער מײַן דיך, און זאָלסט טאָן מיט מיר אַ חֶסֶד און אַ טרײַשאַפֿט: זאָלסט מיך נישט באַגראָבן, איך בעט דיך, אין מִצרַיִם. 30 און אַז איך װעל זיך לײגן צו מײַנע עלטערן, זאָלסטו מיך אַװעקטראָגן פֿון מִצרַיִם, און מיך באַגראָבן אין זײער קבֿר. האָט ער געזאָגט: איך װעל טאָן אַזױ װי דײַן װאָרט. 31 האָט ער געזאָגט: שװער מיר. און ער האָט אים געשװאָרן; און יִשׂרָאֵל האָט זיך געבוקט צוקאָפּנס פֿון בעט.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-