1 האָט יִצחָק גערופֿן יעקבֿן, און האָט אים געבענטשט, און האָט אים באַפֿױלן, און האָט צו אים געזאָגט: זאָלסט נישט נעמען אַ װײַב פֿון די טעכטער פֿון כּנַעַן. 2 שטײ אױף, גײ קײן פַּדַן-אַרָם, צו דעם הױז פֿון בתואֵל, דײַן מוטערס פֿאָטער, און נעם דיר פֿון דאָרטן אַ װײַב פֿון די טעכטער פֿון לָבָֿן, דײַן מוטערס ברודער. 3 און אֵל שַדַי װעט דיך בענטשן, און װעט דיך פֿרוכפּערן און דיך מערן, און װעסט װערן אַ געזעמל פֿעלקער. 4 און ער װעט דיר געבן די ברכה פֿון אבֿרהמען, דיר און דײַן זאָמען מיט דיר, כּדי זאָלסט אַרבן דאָס לאַנד פֿון דײַן װױנשאַפֿט, װאָס אלֹקים האָט געגעבן צו אבֿרהמען.
5 און יִצחָק האָט אַװעקגעשיקט יעקבֿן, און ער איז געגאַנגען קײן פַּדַן-אַרָם, צו לָבָֿן דעם זון פֿון בתואֵל דעם אַרַמי, דעם ברודער פֿון רבקה, דער מוטער פֿון יעקבֿן און עֵשָׂון.
6 און עֵשָׂו האָט געזען אַז יִצחָק האָט געבענטשט יעקבֿן, און האָט אים אַװעקגעשיקט קײן פַּדַן-אַרָם, זיך צו נעמען אַ װײַב פֿון דאָרטן; אַז װען ער האָט אים געבענטשט, האָט ער אים באַפֿױלן, אַזױ צו זאָגן: זאָלסט נישט נעמען אַ װײַב פֿון די טעכטער פֿון כּנַעַן; 7 און יעקבֿ האָט צוגעהערט צו זײַן פֿאָטער און צו זײַן מוטער, און איז געגאַנגען קײן פַּדַן-אַרָם. 8 און עֵשָׂו האָט געזען אַז די טעכטער פֿון כּנַעַן זײַנען שלעכט אין די אױגן פֿון זײַן פֿאָטער יִצחָקן, 9 און עֵשָׂו איז געגאַנגען צו יִשמָעֵאלן, און האָט, צו זײַנע אַנדערע װײַבער, זיך גענומען פֿאַר אַ װײַב מָחלַת די טאָכטער פֿון יִשמָעֵאל, אבֿרהמס זון, די שװעסטער פֿון נבָֿיוֹתן.
10 און יעקבֿ איז אַרױסגעגאַנגען פֿון באֵר-שֶבַֿע, און איז געגאַנגען קײן חָרָן. 11 און ער האָט געטראָפֿן אַן אָרט, און איז דאָרטן געבליבן נעכטיקן, װאָרעם די זון איז אונטערגעגאַנגען; און ער האָט גענומען פֿון די שטײנער פֿון דעם אָרט, און געמאַכט פֿאַר זײַן צוקאָפּנס, און האָט זיך געלײגט אין יענעם אָרט. 12 האָט זיך אים געחלומט, ערשט אַ לײטער שטײט אױף דער ערד, און זײַן שפּיץ גרײכט ביזן הימל, און זע, מלאָכים פֿון אלֹקים גײען אַרױף און נידערן אַראָפּ אױף אים. 13 און אָט שטײט ה׳ איבער אים, און ער זאָגט: איך בין ה׳ דער ג-ט פֿון דײַן פֿאָטער אבֿרהמען, און אלוקי יִצחָקן. דאָס לאַנד װאָס דו ליגסט דערױף, צו דיר װעל איך עס געבן, און צו דײַן זאָמען. 14 און דײַן זאָמען װעט זײַן אַזױ װי שטױב פֿון דער ערד, און װעסט זיך אױסשפּרײטן קײן מערבֿ און קײן מזרח און קײן צפֿון און קײן דָרום, און בענטשן װעלן זיך מיט דיר און מיט דײַן זאָמען אַלע משפּחות פֿון דער ערד. 15 און זע, איך װעל זײַן מיט דיר, און איך װעל דיך היטן אומעטום װוּ דו װעסט גײן, און איך װעל דיך אומקערן צו דער דאָזיקער ערד, װאָרעם איך װעל דיך נישט פֿאַרלאָזן, ביז װאַנען איך האָב געטאָן װאָס איך האָב דיר צוגעזאָגט.
16 האָט יעקבֿ זיך אױפֿגעכאַפּט פֿון זײַן שלאָף, און ער האָט געזאָגט: פֿאַר װאָר, ה׳ איז פֿאַראַן אין דעם דאָזיקן אָרט, און איך האָב נישט געװוּסט. 17 און ער האָט מורא געהאַט, און האָט געזאָגט: װי מוֹראדיק איז דער דאָזיקער אָרט! דאָס איז נישט אַנדערש װי דאָס הױז פֿון אלֹקים, און דאָס איז דער טױער פֿון הימל.
18 און יעקבֿ האָט זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי, און ער האָט גענומען דעם שטײן װאָס ער האָט געמאַכט פֿאַר זײַן צוקאָפּנס, און האָט אים געמאַכט פֿאַר אַ זײַלשטײן, און ער האָט אַרױפֿגעגאָסן אײל אױף זײַן שפּיץ. 19 און ער האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון יענעם אָרט בֵית-אֵל, אָבער לוז איז געװען דער נאָמען פֿון דער שטאָט צוערשט. 20 און יעקבֿ האָט אַ נדר געטאָן, אַזױ צו זאָגן: אױב אלֹקים װעט זײַן מיט מיר, און װעט מיך היטן אױף דעם דאָזיקן װעג װאָס איך גײ, און ער װעט מיר געבן ברױט צום עסן, און אַ בגד אָנצוטאָן, 21 און איך װעל מיך אומקערן בשלום צו מײַן פֿאָטערס הױז, אַזױ װעט ה׳ מיר זײַן צום אלֹקים. 22 און דער דאָזיקער שטײן װאָס איך האָב געמאַכט פֿאַר אַ זײַלשטײן, װעט זײַן אַ הױז פֿון אלֹקים; און פֿון אַלץ װאָס דו װעסט מיר געבן, װעל איך מעשׂרן מעשׂר צו דיר.