Publicidade

Gênesis 34

1 און דינה די טאָכטער פֿון לאהן, װאָס זי האָט געבאָרן יעקבֿן, איז אַרױסגעגאַנגען זען די טעכטער פֿון לאַנד. 2 האָט שכֶם דער זון פֿון חַמוֹר דעם חִוִי, דעם פֿירשט פֿון לאַנד, זי דערזען, און ער האָט זי גענומען, און איז געלעגן מיט איר, און האָט זי געפּײַניקט. 3 און זײַן זעל האָט זיך באַהעפֿט אָן יעקבֿס טאָכטער דינהן, און ער האָט ליב געקריגן די מײדל, און ער האָט גערעדט צום האַרצן פֿון דער מײדל. 4 און שכֶם האָט געזאָגט צו זײַן פֿאָטער חַמוֹרן, אַזױ צו זאָגן: נעם מיר די דאָזיקע מײדל פֿאַר אַ װײַב.

5 און יעקבֿ האָט געהערט אַז ער האָט פֿאַראומרײניקט זײַן טאָכטער דינהן, װען זײַנע זין זײַנען געװען מיט זײַן פֿיך אין פֿעלד; האָט יעקבֿ געשװיגן ביז זײ זײַנען געקומען.

6 און חַמוֹר דער פֿאָטער פֿון שכֶמען איז אַרױסגעקומען צו יעקבֿן, צו רעדן מיט אים. 7 און די זין פֿון יעקבֿן זײַנען געקומען פֿון פֿעלד, װי זײ האָבן עס געהערט; און די מענער האָבן זיך געקלעמט, און זײ האָט שטאַרק געברענט װאָס ער האָט באַגאַנגען אַ נבֿלה אַקעגן יִשׂרָאֵל, צו ליגן מיט דער טאָכטער פֿון יעקבֿן, װאָס אַזױ-װאָס טאָר נישט געטאָן װערן.

8 און חַמוֹר האָט גערעדט מיט זײ, אַזױ צו זאָגן: די זעל פֿון מײַן זון שכֶמען גלוסט נאָך אײַער טאָכטער. גיט זי אים, איך בעט אײַך, פֿאַר אַ װײַב. 9 און זײַט זיך מתחתּן מיט אונדז; אײַערע טעכטער װעט איר אונדז געבן, און אונדזערע טעכטער װעט איר אײַך נעמען. 10 און איר װעט זיך באַזעצן בײַ אונדז, און דאָס לאַנד װעט ליגן פֿאַר אײַך; זיצט און פֿאַרקערט דרינען און באַפֿעסטיקט אײַך אין איר. 11 און שכֶם האָט געזאָגט צו איר פֿאָטער און צו אירע ברידער: לאָמיך געפֿינען חֵן אין אײַערע אױגן, און װאָס איר װעט מיר זאָגן, װעל איך געבן. 12 מערט אױף מיר נדן און מתָּנות ביז גאָר, און איך װעל געבן אַזױ װי איר װעט מיר זאָגן, נאָר גיט מיר די מײדל פֿאַר אַ װײַב.

13 האָבן די זין פֿון יעקבֿן געענטפֿערט שכֶמען און זײַן פֿאָטער חַמוֹרן מיט באַטרוג, און זײ האָבן גערעדט – װײַל ער האָט פֿאַראומרײניקט זײער שװעסטער דינהן – 14 און זײ האָבן צו זײ געזאָגט: מיר קענען נישט טאָן די דאָזיקע זאַך, צו געבן אונדזער שװעסטער צו אַ מאַן װאָס איז אומבאַשניטן, װאָרעם דאָס איז אַ חרפּה פֿאַר אונדז. 15 נאָר מיט דעם באַדינג װעלן מיר אײַנװיליקן צו אײַך: אױב איר װעט װערן אַזױ װי מיר, אַז בײַ אײַך זאָל געמַלט װערן איטלעכער מאַנספּאַרשױן. 16 דענצמאָל װעלן מיר אײַך געבן אונדזערע טעכטער, און אײַערע טעכטער װעלן מיר אונדז נעמען, און מיר װעלן זיך באַזעצן בײַ אײַך, און װערן אײן פֿאָלק. 17 אָבער אַז איר װעט נישט צוהערן צו אונדז, אײַך צו באַשנײַדן, װעלן מיר נעמען אונדזער טאָכטער, און מיר װעלן אַװעקגײן.

18 און זײערע װערטער זײַנען װױלגעפֿעלן אין די אױגן פֿון חַמוֹרן, און אין די אױגן פֿון שכֶם דעם זון פֿון חַמוֹרן. 19 און דער יונג האָט נישט געזאַמט צו טאָן די זאַך, װאָרעם ער האָט געגאַרט נאָך דער טאָכטער פֿון יעקבֿן; און ער איז געװען דער אָנגעזעענסטער פֿון דעם גאַנצן הױז פֿון זײַן פֿאָטער. 20 און חַמוֹר און זײַן זון שכֶם זײַנען געקומען צום טױער פֿון זײער שטאָט, און האָבן גערעדט צו די מענטשן פֿון זײער שטאָט, אַזױ צו זאָגן: 21 די דאָזיקע מענטשן זײַנען אין שלום מיט אונדז; זאָלן זײ זיך באַזעצן אין לאַנד, און פֿאַרקערן דרינען; װאָרעם זעט, דאָס לאַנד ליגט געראַם אין אָרט פֿאַר זײ. זײערע טעכטער װעלן מיר אונדז נעמען פֿאַר װײַבער, און אונדזערע טעכטער װעלן מיר זײ געבן. 22 אָבער נאָר מיט דעם באַדינג װעלן די מענטשן אײַנװיליקן צו אונדז זיך צו באַזעצן בײַ אונדז, צו װערן אײן פֿאָלק, אַז בײַ אונדז זאָל געמַלט װערן איטלעכער מאַנספּאַרשױן, אַזױ װי זײ זײַנען געמַלט. 23 זײער פֿיך, און זײער אײגנס, און אַלע זײערע בהמות, װעלן דאָך זײַן אונדזערע; זאָלן מיר נאָר אײַנװיליקן צו זײ, און זײ זאָלן זיך באַזעצן בײַ אונדז.

24 האָבן אַלע אַרױסגײער פֿון דעם טױער פֿון זײַן שטאָט צוגעהערט צו חַמוֹרן און צו זײַן זון שכֶמען, און אַלע מאַנספּאַרשױנען זײַנען געמַלט געװאָרן, אַלע אַרױסגײער פֿון דעם טױער פֿון זײַן שטאָט.

25 און עס איז געװען אױפֿן דריטן טאָג, װען זײ זײַנען געװען אין װײטיק, האָבן יעקבֿס צװײ זין, שמעון און לֵוִי, די ברידער פֿון דינהן, גענומען איטלעכער זײַן שװערד, און זײ זײַנען געקומען זיכערערהײט אױף דער שטאָט, און האָבן אױסגעהרגעט אַלע מאַנספּאַרשױנען. 26 אױך חַמוֹרן און זײַן זון שכֶמען האָבן זײ געהרגעט מיטן שאַרף פֿון שװערד; און זײ האָבן צוגענומען דינהן פֿון שכֶמס הױז, און זײַנען אַרױסגעגאַנגען. 27 זײַנען די זין פֿון יעקבֿן געקומען אױף די דערשלאָגענע, און האָבן אױסגערױבט די שטאָט, װײַל זײ האָבן פֿאַראומרײניקט זײער שװעסטער; 28 זײערע שאָף און זײערע רינדער און זײערע אײזלען, סײַ װאָס אין שטאָט, סײַ װאָס אין פֿעלד, האָבן זײ צוגענומען; 29 און זײער גאַנצן פֿאַרמעג, און אַלע זײערע קלײנע קינדער און זײערע װײַבער, האָבן זײ געפֿאַנגען און אַװעקגערױבט – אַלץ װאָס אין הױז.

30 האָט יעקבֿ געזאָגט צו שמעונען און צו לֵוִין: איר האָט מיך פֿאַראומגליקט, מיך צו פֿאַרמיאוסן בײַ דעם באַװױנער פֿון לאַנד, בײַ דעם כּנַעֲני און בײַ דעם פּרִזי; װאָרעם איך בין אַ הײַפֿל מענטשן, און זײ װעלן זיך אױפֿקלײַבן אַקעגן מיר, און װעלן מיך שלאָגן, און איך און מײַן הױז װעלן פֿאַרטיליקט װערן. 31 האָבן זײ געזאָגט: זאָל מען אַזױ װי מיט אַ זוֹנה זיך באַגײן מיט אונדזער שװעסטער?

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-