1 און יעקבֿ האָט געזען אַז עס איז דאָ תּבֿואה אין מִצרַיִם, און יעקבֿ האָט געזאָגט צו זײַנע זין: װאָס קוקט איר אײַך אָן? 2 און ער האָט געזאָגט: אָט האָב איך געהערט, אַז עס איז דאָ תּבֿואה אין מִצרַיִם. נידערט אַראָפּ אַהין, און קױפֿט אונדז אײַן פֿון דאָרטן, כּדי מיר זאָלן לעבן און נישט שטאַרבן.
3 האָבן יוֹספֿס צען ברידער אַראָפּגענידערט קױפֿן תּבֿואה פֿון מִצרַיִם. 4 אָבער בנימין, יוֹספֿס ברודער, האָט יעקבֿ נישט מיטגעשיקט מיט זײַנע ברידער, װײַל ער האָט געזאָגט: טאָמער װעט אים טרעפֿן אַן אומגליק.
5 זײַנען געקומען די זין פֿון יִשׂרָאֵלן אײַנקױפֿן, צװישן די װאָס זײַנען געקומען, װאָרעם דער הונגער איז געװען אין לאַנד כּנַעַן. 6 און יוֹסף איז געװען דער געװעלטיקער איבערן לאַנד; ער איז געװען דער װאָס האָט פֿאַרקױפֿט צום גאַנצן פֿאָלק פֿון לאַנד. זײַנען געקומען יוֹספֿס ברידער, און האָבן זיך צו אים געבוקט מיטן פּנים צו דער ערד. 7 און יוֹסף האָט געזען זײַנע ברידער, און האָט זײ דערקענט, אָבער ער האָט זיך געמאַכט פֿרעמד צו זײ, און האָט גערעדט מיט זײ האַרט, און האָט צו זײ געזאָגט: פֿון װאַנען קומט איר? האָבן זײ געזאָגט: פֿון לאַנד כּנַעַן, אײַנצוקױפֿן שפּײַז.
8 און יוֹסף האָט דערקענט זײַנע ברידער, אָבער זײ האָבן אים נישט דערקענט. 9 און יוֹסף האָט זיך דערמאָנט אָן די חלומות, װאָס האָבן זיך אים געחלומט װעגן זײ, און ער האָט צו זײ געזאָגט: אױסקוקערס זײַט איר; צו זען די נאַקעטקײט פֿון לאַנד זײַט איר געקומען.
10 האָבן זײ צו אים געזאָגט: נײן, מײַן האַר, נײַערט צו קױפֿן שפּײַז זײַנען געקומען דײַנע קנעכט. 11 מיר אַלע זײַנען זין פֿון אײן מאַן; ערלעכע מענטשן זײַנען מיר; דײַנע קנעכט זײַנען קײן מאָל נישט געװען קײן אױסקוקערס.
12 האָט ער צו זײ געזאָגט: נײן, נײַערט די נאַקעטקײט פֿון לאַנד זײַט איר געקומען זען.
13 האָבן זײ געזאָגט: צװעלף ברידער זײַנען מיר, דײַנע קנעכט, זין פֿון אײן מאַן אין לאַנד כּנַעַן, און אָט איז דער ייִנגסטער הײַנט מיט אונדזער פֿאָטער, און אײנער איז נישט געװאָרן.
14 האָט יוֹסף צו זײ געזאָגט: דאָס איז דאָך װאָס איך האָב צו אײַך גערעדט, אַזױ צו זאָגן: אױסקוקערס זײַט איר. 15 דערמיט װעט איר געפּרוּװט װערן: אַזױ װי פַּרעה לעבט, אױב איר װעט פֿון דאַנען אַרױסגײן, סײַדן אײַער ייִנגסטער ברודער װעט קומען אַהער! 16 שיקט פֿון אײַך אײנעם, ער זאָל ברענגען אײַער ברודער, און איר בלײַבט אײַנגעשפּאַרט, כּדי אײַערע װערטער זאָלן אױסגעפּרוּװט װערן, אױב דער אמת איז מיט אײַך; און אױב נישט, אַזױ װי פַּרעה לעבט, אַז איר זײַט אױסקוקערס!
17 און ער האָט זײ אַרײַנגענומען אין װאַך אױף דרײַ טעג.
18 און יוֹסף האָט צו זײ געזאָגט אױפֿן דריטן טאָג: דאָס טוט, און איר װעט בלײַבן לעבן – איך האָב מורא פֿאַר האלֹקים: 19 אױב איר זײַט ערלעכע מענטשן, זאָל אײן ברודער אײַערע בלײַבן אײַנגעשפּאַרט אין אײַער װאַכהױז, און איר גײט, און ברענגט תּבֿואה פֿאַר דעם הונגער פֿון אײַערע הױזגעזינטן. 20 און אײַער ייִנגסטן ברודער זאָלט איר ברענגען צו מיר; און אײַערע װערטער װעלן באַװערט װערן, און איר װעט נישט שטאַרבן. האָבן זײ אַזױ געטאָן.
21 און זײ האָבן געזאָגט אײנער צום אַנדערן: פֿאַר װאָר, מיר זײַנען שולדיק װעגן אונדזער ברודער װאָס מיר האָבן צוגעזען דעם צער פֿון זײַן זעל, װען ער האָט זיך געבעטן בײַ אונדז, און מיר האָבן נישט צוגעהערט. דערום איז אױף אונדז געקומען די דאָזיקע צרה. 22 און ראובֿן האָט זיך אָפּגערופֿן צו זײ, אַזױ צו זאָגן: האָב איך אײַך נישט געזאָגט, אַזױ צו זאָגן: פֿאַרזינדיקט אײַך נישט אָן דעם ייִנגל? אָבער איר האָט נישט צוגעהערט; און אָט אױך װערט זײַן בלוט אױפֿגעמאָנט.
23 און זײ האָבן נישט געװוּסט אַז יוֹסף פֿאַרשטײט װאָרעם אַ דאָלמעטשער איז געװען צװישן זײ. 24 האָט ער זיך אָפּגעדרײט פֿון זײ, און האָט געװײנט. און ער האָט זיך אומגעקערט צו זײ, און האָט צו זײ גערעדט; און ער האָט גענומען פֿון זײ שמעונען, און האָט אים אײַנגעשפּאַרט פֿאַר זײערע אױגן.
25 און יוֹסף האָט באַפֿױלן, מע זאָל אָנפֿילן זײערע כּלים מיט תּבֿואה, און אומקערן זײער געלט איטלעכן אין זײַן זאַק, און זײ געבן שפּײַז אױפֿן װעג. און מע האָט צו זײ אַזױ געטאָן. 26 און זײ האָבן אױפֿגעלאָדן זײער תּבֿואה אױף זײערע אײזלען, און זײַנען אַװעקגעגאַנגען פֿון דאָרטן.
27 האָט אײנער געעפֿנט זײַן זאַק צו געבן זײַן אײזל פֿוטער אין האַרבעריק, און האָט דערזען זײַן געלט, ערשט עס איז אין מױל פֿון זײַן זאַק. 28 האָט ער געזאָגט צו זײַנע ברידער: מײַן געלט איז אומגעקערט געװאָרן, און אָט איז עס אױך אין מײַן זאַק. איז זײ אַרױסגעפֿאַלן דאָס האַרץ, און זײ האָבן ציטערנדיק געזאָגט אײנער צום אַנדערן: װאָס האָט אונדז דאָ אלֹקים געטאָן?
29 און זײ זײַנען געקומען צו זײער פֿאָטער יעקבֿן קײן לאַנד כּנַעַן, און האָבן אים דערצײלט אַלץ װאָס זײ האָט געטראָפֿן, אַזױ צו זאָגן: 30 דער מאַן, דער האַר פֿון לאַנד, האָט מיט אונדז גערעדט האַרט, און ער האָט אונדז געמאַכט פֿאַר אױסקוקערס פֿון דעם לאַנד. 31 האָבן מיר צו אים געזאָגט: ערלעכע מענטשן זײַנען מיר, מיר זײַנען קײן מאָל נישט געװען קײן אױסקוקערס. 32 צװעלף ברידער זײַנען מיר, זין פֿון אונדזער פֿאָטער; אײנער איז נישט געװאָרן, און דער ייִנגסטער איז הײַנט מיט אונדזער פֿאָטער אין לאַנד כּנַעַן. 33 האָט דער מאַן, דער האַר פֿון לאַנד, צו אונדז געזאָגט: דערמיט װעל איך װיסן אַז איר זײַט ערלעכע מענטשן: אײן אײַערע ברודער לאָזט איבער בײַ מיר, און נעמט גענוג פֿאַר דעם הונגער פֿון אײַערע הױזגעזינטן, און גײט. 34 און ברענגט אײַער ייִנגסטן ברודער צו מיר, און איך װעל װיסן אַז איר זײַט נישט קײן אױסקוקערס, נאָר איר זײַט ערלעכע מענטשן; װעל איך אײַך אָפּגעבן אײַער ברודער, און איר װעט מעגן פֿאַרקערן אין לאַנד.
35 און עס איז געװען, װי זײ לײדיקן אױס זײערע זעק, ערשט איטלעכנס בינטל געלט איז אין זײַן זאַק; און װי זײ און זײער פֿאָטער האָבן דערזען זײערע בינטלעך געלט, אַזױ האָבן זײ מורא געקראָגן. 36 און זײער פֿאָטער יעקבֿ האָט צו זײ געזאָגט: איר האָט מיך באַרױבט פֿון מײַנע קינדער; יוֹסף איז מער נישטאָ, און שמעון איז נישטאָ, און בנימינען װילט איר אַװעקנעמען; דאָס אַלץ איז אױף מיר אױסגעגאַנגען.
37 האָט ראובֿן געזאָגט צו זײַן פֿאָטער, אַזױ צו זאָגן: מײַנע בײדע זין זאָלסטו טײטן, אױב איך װעל דיר אים נישט צוריקברענגען. גיב אים אױף מײַן האַנט, און איך װעל אים אומקערן צו דיר.
38 האָט ער געזאָגט: מײַן זון װעט נישט אַראָפּנידערן מיט אײַך, װאָרעם זײַן ברודער איז טױט, און ער אַלײן איז געבליבן, און אַז אים װעט טרעפֿן אַן אומגליק אױף דעם װעג װאָס איר װעט גײן דערױף, װעט איר מאַכן נידערן מײַנע גראָע האָר מיט טרױער אין שְׁאֹול.