Publicidade

Jonas 2

1 און ה׳ האָט אָנגעברײט אַ גרױסן פֿיש אײַנצושלינגען יוֹנהן, און יוֹנה איז געװען אין די אינגעװײד פֿון פֿיש דרײַ טעג און דרײַ‏ נעכט. 2 און יוֹנה האָט מתפּלל געװען צו ה׳ זײַן ג-ט, פֿון די אינגעװײד פֿון דעם פֿיש. 3 און ער האָט געזאָגט:

איך האָב גערופֿן פֿון מײַן נױט צו ה׳,

און ער האָט מיר געענטפֿערט;

פֿון דעם בױך פֿון שְׁאֹול האָב איך געשריען,

האָסטו צוגעהערט מײַן קֹול.

4 װאָרעם האָסט מיך אַרײַנגעװאָרפֿן אין דער טיפֿעניש,

אין האַרצן פֿון די ימען,

און דער שטראָם האָט מיך אַרומגענומען;

אַלע דײַנע װעלן און אינדן

זײַנען אַריבערגעגאַנגען איבער מיר.

5 און איך האָב געװעסט געזאָגט:

איך בין פֿאַרטריבן פֿון פֿאַר דײַנע אױגן;

אָבער איך װעל װידער נאָך קוקן

אױף דײַן הײליקן הֵיכל.

6 װאַסערן האָבן מיך אַרומגערינגלט ביזן נפֿש,

דער תּהום האָט מיך אַרומגענומען,

טײַכגראָז איז געװען געװיקלט אַרום מײַן קאָפּ.

7 צו די גרונטן פֿון די בערג האָב איך גענידערט,

די ערד פֿאַר מיר אירע ריגלען אױף אײביק.

אָבער דו האָסט אױפֿגעבראַכט פֿון פֿאַרדאָרבנקײט מײַן לעבן,

דו ה׳ מײַן ג-ט.

8 װען מײַן זעל איז געװען פֿאַרחלשט אין מיר,

האָב איך אָן ה׳ געדאַכט,

און מײַן תּפֿילה איז געקומען צו דיר,

אין דײַן הײליקן הֵיכל.

9 די װאָס האַלטן זיך אָן פֿאַלשע נישטיקײטן

פֿאַרלאָזן זײער אײגענע חסדים;

10 אָבער איך װעל צו דיר מקריבֿ זײַן

מיט דעם קֹול פֿון דאַנקעניש;

װאָס איך האָב אַ נדר געטאָן װעל איך באַצאָלן.

די ישועה איז בײַ ה׳.

11 און ה׳ האָט געהײסן דעם פֿיש, און ער האָט אױסגעשפּיגן יוֹנהן אױף דער יבשה.

Veja também

Publicidade
Jonas
Ver todos os capítulos de Jonas
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-