Publicidade

Jeremias 19

1 אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: גײ און זאָלסט דיר קױפֿן אַ טעפּערקרוג און נעם מיט פֿון די עלטסטע פֿון פֿאָלק, און פֿון די עלטסטע פֿון די כּהנים, 2 און זאָלסט אַרױסגײן צום טאָל פֿון בן-הִנוֹם, װאָס בײַם אײַנגאַנג פֿון טױער חרסית, און אױסרופֿן דאָרטן די װערטער װאָס איך װעל רעדן צו דיר, 3 און זאָלסט זאָגן: הערט דאָס װאָרט פֿון ה׳, איר מלכים פֿון יהוּדה, און באַװױנער פֿון ירושָלַיִם: אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, אלוקי יִשׂרָאֵל: זע, איך ברענג אַן אומגליק אױף דעם דאָזיקן אָרט, אַז איטלעכער װאָס הערט עס, װעלן אים די אױערן קלינגען; 4 פֿאַר װאָס זײ האָבן מיך פֿאַרלאָזן, און האָבן פֿאַרפֿרעמדט דעם דאָזיקן אָרט, און גערײדערט אין אים צו פֿרעמדע ג‑טער, װאָס נישט זײ, און נישט זײערע עלטערן, און נישט די מלכים פֿון יהוּדה, האָבן זײ געקענט; און זײ האָבן אָנגעפֿילט דעם דאָזיקן אָרט מיט בלוט פֿון אומשולדיקע. 5 און זײ האָבן געבױט די בָמות צו בַעַל, צו פֿאַרברענען זײערע קינדער אין פֿײַער, בראַנדאָפּפֿער צו בַעַל, װאָס נישט איך האָב באַפֿױלן, און נישט איך האָב געזאָגט, און נישט עס איז מיר אױפֿן זינען אַרױפֿגעקומען. 6 דערום זע, טעג קומען, זאָגט ה׳, און דער דאָזיקער אָרט װעט נישט מער גערופֿן װערן תּוֹפֶת, און דער טאָל פֿון בן-הִנוֹם, נײַערט דער טאָל פֿון טײטונג. 7 און איך װעל מאַכן צו נישט דעם באַראָט פֿון יהוּדה און ירושָלַיִם אין דעם דאָזיקן אָרט, און װעל זײ מאַכן פֿאַלן דורכן שװערד פֿאַר זײערע פֿײַנט, און דורך דער האַנט פֿון די װאָס זוכן זײער לעבן; און איך װעל געבן זײערע טױטע לײַבער צו שפּײַז פֿאַרן פֿױגל פֿון הימל, און פֿאַר דער חיות פֿון דער ערד. 8 און איך װעל מאַכן די דאָזיקע שטאָט פֿאַר אַ שרעק און פֿאַר אַ שמוצערונג; איטלעכער װאָס גײט איר פֿאַרבײַ װעט זיך דערשטױנען, און שפּעטן אױף אַלע אירע פּלאָגן. 9 און איך װעל זײ מאַכן עסן דאָס פֿלײש פֿון זײערע זין, און דאָס פֿלײש פֿון זײערע טעכטער, און אײנער דעם אַנדערנס פֿלײש װעלן זײ עסן, אין דער באַלעגערונג און אין דער דריקונג, װאָס זײערע פֿײַנט, און די װאָס זוכן זײער לעבן, װעלן זײ דריקן.

10 און זאָלסט צעברעכן דעם קרוג פֿאַר די אױגן פֿון די מענטשן װאָס גײען מיט דיר, 11 און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת: אַזױ װעל איך צעברעכן דאָס דאָזיקע פֿאָלק און די דאָזיקע שטאָט, אַזױ װי מע צעברעכט אַ כּלי פֿון אַ טעפּער, אַז זי קען נישט מער פֿאַרריכט װערן; און מע װעט באַגראָבן אין תּוֹפֶת, װײַל מער קײן אָרט װעט נישט זײַן אױף צו באַגראָבן. 12 אַזױ װעל איך טאָן צו דעם דאָזיקן אָרט, זאָגט ה׳, און צו זײַנע באַװױנער, כּדי צו מאַכן די דאָזיקע שטאָט אַזױ װי תּוֹפֶת. 13 און די הײַזער פֿון ירושָלַיִם, און די הײַזער פֿון די מלכים פֿון יהוּדה, די אומרײנע, װעלן זײַן אַזױ װי דער אָרט פֿון תּוֹפֶת – אַלע הײַזער װאָס מע האָט גערײכערט אױף זײערע דעכער צום גאַנצן חיל פֿון הימל, און געגאָסן גיסאָפּפֿער צו פֿרעמדע ג‑טער.

14 און יִרמיָהו איז געקומען פֿון תּוֹפֶת, װאָס ה׳ האָט אים אַהין געשיקט נבֿיאות זאָגן, און ער האָט זיך געשטעלט אין הױף פֿון ה׳ס הױז, און האָט געזאָגט צום גאַנצן פֿאָלק: 15 אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, אלוקי יִשׂרָאֵל: זע, איך ברענג אױף דעם דאָזיקן כּרַך, און אױף אַלע זײַנע שטעט, דאָס גאַנצע בײז װאָס איך האָב אָנגעזאָגט אױף אים, װײַל זײ האָבן האַרט געמאַכט זײער נאַקן, נישט צוצוהערן מײַנע װערטער.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-