Publicidade

Jeremias 10

1 הערט דאָס װאָרט װאָס ה׳ האָט אױף אײַך גערעדט, איר הױז פֿון יִשׂרָאֵל: 2 אַזױ האָט ה׳ געזאָגט:

דעם װעג פֿון די פֿעלקער זאָלט איר זיך נישט אָפּלערנען,

און פֿאַר די צײכנס פֿון הימל זאָלט איר זיך נישט שרעקן,

װײַל די פֿעלקער שרעקן זיך פֿאַר זײ.

3 װאָרעם די מינהגים פֿון די אומות, דאָס איז נישטיקײט;

װאָרעם עס איז אַ האָלץ װאָס מע האָט פֿון װאַלד אױסגעהאַקט,

דאָס װערק פֿון אַ מײַנסטערס הענט מיט דער הובל.

4 מיט זילבער און מיט גאָלד באַשײנט מען עס,

מיט נעגל און מיט האַמערס באַפֿעסטיקט מען עס,

עס זאָל זיך נישט װאַקלען.

5 װי אַ שרעקפֿױגל אין אַ פּלוצערפֿעלד זײַנען זײ,

און זײ קענען נישט רעדן;

טראָגן מוזן זײ געטראָגן װערן,

װײַל זײ קענען נישט שפּרײַזן.

איר זאָלט נישט מורא האָבן פֿאַר זײ,

װאָרעם זײ קענען נישט בײז טאָן,

און אױך גוטס טאָן איז נישטאָ אין זײ.

6 נישטאָ דײַן גלײַכן, ה׳,

גרױס ביסטו, און גרױס איז דײַן נאָמען אין גבֿורה.

7 װער זאָל דיך נישט פֿאָרכטן, קיניג פֿון די פֿעלקער?

פֿאַר װאָר, דיר קומט עס,

װאָרעם צװישן אַלע קליגסטע פֿעלקער,

און אין אַל זײער מלוכה,

איז נישטאָ דײַן גלײַכן.

8 און אַלע אין אײנעם זײַנען זײ פֿאַרגרעבט און נאַריש;

אַ נישטיקע לערנונג, אַ האָלץ איז דאָס.

9 זילבערבלעך פֿון תַּרְשִיש געבראַכט,

און גאָלד פֿון אוּפָֿז,

די אַרבעט פֿון אַ מײַנסטער,

און אַ שמעלצערס הענט;

בלאָ און פּורפּל איז זײער מלבוש,

די אַרבעט פֿון קינצלער זײַנען זײ אַלע.

10 אָבער ה׳ אלֹקים איז דער אמתער ג-ט,

ער איז דער אלֹקים חַיִּים, און דער אײביקער קיניג;

פֿון זײַן כּעס ציטערט די ערד,

און פֿעלקער קענען נישט אױסהאַלטן זײַן צאָרן.

11 אַזױ זאָלט איר זאָגן צו זײ: די ג‑טער װאָס האָבן די הימלען און די ערד נישט געמאַכט, װעלן אונטערגײן פֿון דער ערד און פֿון אונטער די דאָזיקע הימלען.

12 ער האָט געמאַכט די ערד מיט זײַן כּוֹח,

באַפֿעסטיקט די װעלט מיט זײַן חכמה,

און מיט זײַן פֿאַרשטאַנדיקײט די הימלען פֿאַרשפּרײט.

13 בײַם קֹול פֿון זײַן דונערן

װערט אַ פֿילקײט פֿון װאַסער אין הימל;

און ער ברענגט אױף װאָלקן פֿון עק פֿון דער ערד;

ער מאַכט בליצן צום רעגן,

און ציט אַרױס פֿון זײַנע שפּײַכלערס דעם װינט.

14 איטלעכער מענטש איז פֿאַרגרעבט, אָן פֿאַרשטאַנד,

איטלעכער שמעלצער װערט צו שאַנד פֿון דעם געץ;

װאָרעם פֿאַלש איז זײַן געגאָסענער אָפּגאָט,

און קײן אָטעם איז אין זײ נישטאָ.

15 נישטיק זײַנען זײ, אַ װערק פֿון פֿאַרפֿירעניש;

אין דער צײַט פֿון זײער רעכנשאַפֿט װעלן זײ אונטערגײן.

16 נישט װי די דאָזיקע איז דער חלק פֿון יעקבֿ;

װאָרעם ער איז דער באַשעפֿער פֿון אַלץ,

און יִשׂרָאֵל איז דער שבֿט פֿון זײַן אַרב;

ה׳ צבָֿאוֹת איז זײַן נאָמען.

17 קלײַב אױף פֿון דער ערד דײַן בינטל,

דו װאָס זיצסט אין באַלעגערונג.

18 װאָרעם אַזױ האָט ה׳ געזאָגט:

זע, איך שלײַדער אַרױס דאָס מאָל די באַװױנער פֿון לאַנד,

און װעל זײ צודריקן, כּדי זײ זאָלן דערשפּירן.

19 װײ מיר אױף מײַן בראָך!

שװער איז מײַן װוּנד!

און איך האָב געװעסט געזאָגט: אַ קראַנקשאַפֿט נאָר איז דאָס,

און איך װעל זי אַריבערטראָגן.

20 מײַן געצעלט איז פֿאַרװיסט,

און אַלע מײַנע שטריק זײַנען צעריסן,

מײַנע קינדער זײַנען אַרױס פֿון איר און זײַנען ניטאָ.

נישטאָ װער זאָל אױסשפּרײטן װידער מײַן געצעלט,

און װער זאָל אױפֿציען מײַנע פֿאָרהאַנגען.

21 װאָרעם פֿאַרגרעבט זײַנען די פּאַסטוכער,

און ה׳ האָבן זײ נישט געזוכט;

דערום האָב זײ נישט באַגליקט,

און זײער גאַנצע סטאַדע איז צעשפּרײט געװאָרן.

22 האָרך! אַ הערונג אָט קומט,

און אַ גרױסער רַעַש פֿון צפֿון-לאַנד,

צו מאַכן די שטעט פֿון יהוּדה אַ װיסטעניש,

אַ װױנונג פֿון שאַקאַלן.

23 איך װײס, ה׳, אַז נישט בײַם מענטשן איז זײַן װעג,

נישט בײַם מענטשן איז גײענדיק צו לענקען זײַן טריט.

24 שטראָף מיך, ה׳, אָבער מיט גערעכטיקײט,

נישט אין דײַן צאָרן, כּדי זאָלסט מיך נישט פֿאַרמינערן.

25 גיס אױך דײַן גרימצאָרן אױף די פֿעלקער װאָס קענען דיך נישט,

און אױף די משפּחות װאָס רופֿן נישט דײַן נאָמען,

װאָרעם פֿאַרצערט האָבן זײ יעקבֿ,

יאָ, אים פֿאַרצערט און אים פֿאַרלענדט,

און זײַן װױנונג פֿאַרװיסט.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-