Publicidade

Jeremias 1

1 די װערטער פֿון יִרמיָהו דעם זון פֿון חִלקִיָהון, פֿון די כּהנים װאָס אין עַנָתוֹת אין לאַנד בנימין, 2 װאָס דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז צו אים געװען אין די טעג פֿון יֹאשִיָהו, דעם זון פֿון אָמוֹנען, דעם מלך פֿון יהוּדה, אין דרײַצנטן יאָר פֿון זײַן מלוכה, 3 און איז אױך געװען אין די טעג פֿון יהוֹיָקים דעם זון פֿון יֹאשִיָהון, דעם מלך פֿון יהוּדה, ביזן סוף פֿון עלפֿטן יאָר פֿון צִדקִיָהו דעם זון פֿון יֹאשִיָהון, דעם מלך פֿון יהוּדה, ביז דעם גלות פֿון ירושָלַיִם אין פֿינפֿטן חודש.

4 און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:

5 אײדער איך האָב דיך אין מוטערלײַב געפֿורעמט,

האָב איך דיר דערקענט,

און אײדער דו ביסט פֿון טראַכט אַרױס,

האָב איך דיך געהײליקט;

אַ נבֿיא פֿאַר די פֿעלקער האָב איך דיך געמאַכט.

6 האָב איך געזאָגט: װײ, ה׳ דו אֲדֹנָי, איך קען דאָך נישט רעדן, װאָרעם איך בין אַ ייִנגל. 7 האָט ה׳ צו מיר געזאָגט:

זאָלסט נישט זאָגן: איך בין אַ ייִנגל,

נײַערט אומעטום װוּ איך װעל דיך שיקן זאָלסטו גײן,

און אַלץ װאָס איך װעל דיר באַפֿעלן זאָלסטו רעדן.

8 זאָלסט נישט מורא האָבן פֿאַר זײ,

װאָרעם איך בין מיט דיר, דיך מציל צו זײַן,

זאָגט ה׳.

9 און ה׳ האָט אױסגעשטרעקט זײַן האַנט און צוגערירט, צו מײַן מױל, און ה׳ האָט צו מיר געזאָגט:

אָט האָב איך געגעבן מײַנע װערטער אין דײַן מױל;

10 זע, איך, האָב דיך געשטעלט הײַנטיקן טאָג

איבער די פֿעלקער און איבער די קיניגרײַכן,

אױסצורײַסן און אײַנצוּװאַרפֿן,

און אונטערצוברענגען און צו צעשטערן;

צו בױען און צו פֿלאַנצן.

11 און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: װאָס זעסטו, יִרמיָהו? האָב איך געזאָגט: אַ מאַנדלשטאָק זע איך. 12 האָט ה׳ צו מיר געזאָגט: האָסט װױל געזען, װאָרעם איך פּאַס-אױף אױף מײַן װאָרט עס צו טאָן.

13 און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר אַ צװײט מאָל, אַזױ צו זאָגן: װאָס זעסטו? האָב איך געזאָגט: אַ זודיקן טאָפּ זע איך, און זײַן פֿאָדערזײַט איז קעגן צפֿון. 14 האָט ה׳ צו מיר געזאָגט: פֿון צפֿון װעט אױסברעכן דאָך בײז אױף אַלע באַװױנער פֿון לאַנד. 15 װאָרעם זע, איך רוף צו אַלע משפּחות פֿון די קיניגרײַכן צו צפֿון, זאָגט ה׳, און זײ װעלן קומען, און װעלן שטעלן איטלעכער זײַן טראָן בײַם אײַנגאַנג פֿון די טױערן פֿון ירושָלַיִם, און קעגן אַלע אירע מױערן רונד אַרום, און קעגן אַלע שטעט פֿון יהוּדה. 16 און איך װעל זײ אַרױסזאָגן מײַן משפּט פֿאַר אַל זײער שלעכטיקײט, װאָס זײ האָבן מיך פֿאַרלאָזן, און גערײכערט צו פֿרעמדע ג‑טער, און זיך געבוקט צו די װערק פֿון זײערע הענט. 17 און דו זאָלסט אָנגורטן דײַנע לענדן, און זאָלסט אױפֿשטײן און רעדן צו זײ אַלץ װאָס איך װעל דיר באַפֿעלן; זאָלסט זיך נישט שרעקן פֿאַר זײ, כּדי איך זאָל דיך נישט דערשרעקן פֿאַר זײ. 18 װאָרעם זע, איך האָב דיך הײַנט געמאַכט פֿאַר אַ באַפֿעסטיקטער שטאָט, און פֿאַר אַן אײַזערנעם זײַל, און פֿאַר קופּערנע מױערן אַקעגן גאַנצן לאַנד, קעגן די מלכים פֿון יהוּדה, קעגן אירע האַרן, קעגן אירע כּהנים, און קעגן דעם פֿאָלק פֿון לאַנד. 19 און זײ װעלן מלחמה האַלטן אַקעגן דיר, און װעלן דיך נישט בײַקומען, װאָרעם איך בין מיט דיר, זאָגט ה׳, דיך מציל צו זײַן.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-