1 אַנטרינט, איר קינדער פֿון בנימין,
אַרױס פֿון ירושָלַיִם,
און אין תּקוֹעַ בלאָזט אַ שופֿר,
און אין בֵית-כֶּרֶם הײבט אױף אַ צײכן,
װאָרעם אַן אומגליק קוקט אַרױס פֿון צפֿון,
און אַ בראָך אַ גרױסער.
2 די שײנע און פֿאַרצערטלטע,
די טאָכטער צִיוֹן טאָ איך פֿאַרשנײַדן.
3 צו איר קומען פּאַסטוכער מיט זײערע סטאַדעס,
זײ שטעלן אױף געצעלטן רונד אַרום איר,
זײ פֿיטערן איטלעכער זיך צו דער האַנט.
4 ברײט אָן אַ מלחמה אױף איר!
שטײט אױף, און לאָמיר אַרױפֿגײן אין מיטן טאָג! –
װײ אונדז! װאָרעם דער טאָג קערט זיך אָפּ,
װאָרעם עס שטרעקן זיך די שאָטנס פֿון אָװנט –
5 שטײט אױף, און לאָמיר אַרױפֿגײן בײַ נאַכט,
און לאָמיר צעשטערן אירע פֿעסטונגען!
6 װאָרעם אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת:
שנײַדט אָן געהילץ,
און שיט אָן אַרום ירושָלַיִם אַן ערדװאַל;
דאָס איז די שטאָט װאָס איז
אין גאַנצן אָנגעלײגט מיט רױב אין איר.
7 װי אַ ברונעם קװעלט אַרױס זײַנע װאַסער,
אַזױ קװעלט זי אַרױס איר בײז;
אומרעכט און רױב הערט זיך אין איר,
פֿאַר מײַן פּנים איז תּמיד
קראַנקשאַפֿט און שלעג.
8 נעם אַ מוסר, ירושָלַיִם,
כּדי מײַן זעל זאָל זיך נישט אָפּעקלען פֿון דיר,
אַ לאַנד נישט באַװױנט.
9 אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת:
אַרומקלײַבן װי אַ װײַנשטאָק װעט מען אַרומקלײַבן
דעם איבערבלײַב פֿון יִשׂרָאֵל;
קער װידער און װידער דײַן האַנט,
װי אַ האַרבסטער אױף די צװײַגלעך.
10 צו װעמען זאָל איך רעדן און װאָרענען
אַז זײ זאָלן הערן?
זע, זײער אױער איז פֿאַרשטאָפּט,
און זײ קענען נישט פֿאַרנעמען;
זע, ה׳ס װאָרט איז בײַ זײ צום געשפּעט,
זײ װילן עס נישט.
11 דערום בין איך פֿול מיט דעם גרימצאָרן פֿון ה׳,
איך קען מער נישט אײַנהאַלטן:
גיס אים אױך אױף די קינדער אין גאַס,
און אױף דעם געזעמל פֿון יונגע לײַט מיט אַנאַנדער;
װאָרעם אי מאַן אי װײַב װעלן באַצװוּנגען װערן,
דער זקן מיטן פֿולבאַטאָגטן.
12 און זײערע הײַזער װעלן איבערגײן צו אַנדערע,
פֿעלדער און װײַבער מיט אַנאַנדער;
װאָרעם איך װעל אױסשטרעקן מײַן האַנט
אױף די באַװױנער פֿון לאַנד,
זאָגט ה׳.
13 װאָרעם פֿון זײער קלענסטן ביז זײער גרעסטן
איז איטלעכער גײַציק נאָך געװין,
און פֿון נבֿיא ביזן כּהן
טוט איטלעכער פֿאַלשקײט.
14 און זײ הײלן דעם בראָך פֿון מײַן פֿאָלק אױף גרינג,
אַזױ צו זאָגן: שלום! שלום! װען קײן שלום איז נישטאָ.
15 זײ װעלן צו שאַנד װערן,
װײַל אומװערדיקײט האָבן זײ געטאָן;
צו מאָל שעמען שעמען זײ זיך נישט,
צו מאָל פֿון קײן בושה װײסן זײ נישט;
דערום װעלן זײ פֿאַלן צװישן די געפֿאַלענע;
בעת איך רעכן זיך מיט זײ
װעלן זײ געשטרױכלט װערן,
זאָגט ה׳.
16 אַזױ האָט ה׳ געזאָגט:
שטײט אױף די װעגן און זעט,
און פֿרעגט אױף די אַלטע שטעגן,
װוּ איז דער װעג צום גוטן, און גײט אױף אים,
און געפֿינט אַן אָפּרו פֿאַר אײַער זעל.
אָבער זײ האָבן געזאָגט: מיר װעלן נישט גײן.
17 און איך פֿעלג אױפֿשטעלן װעכטער איבער אײַך:
פֿאַרנעמט דעם קֹול פֿון שופֿר!
אָבער זײ האָבן געזאָגט:
מיר װעלן נישט פֿאַרנעמען.
18 דערום הערט, איר פֿעלקער,
און דערקענט, דו אײַנזאַמלונג,
װאָס אױף זײ קומט.
19 הער, דו ערד;
זע, איך ברענג אַן אומגליק אױף דעם דאָזיקן פֿאָלק,
די פֿרוכט פֿון זײערע טראַכטונגען,
װײַל זײ האָבן מײַנע װערטער נישט פֿאַרנומען,
און מײַן תּורה – זי האָבן זײ פֿאַראַכט.
20 צו װאָס מיר דען װײַרעך װאָס קומט פֿון שבֿאָ,
און גוטער געװירצראָר פֿון אַ װײַטן לאַנד?
אײַערע בראַנדאָפּפֿער זײַנען נישט צו באַװיליקונג,
און אײַערע שלאַכטאָפּפֿער זײַנען מיר נישט אָנגעלײגט.
21 דערום האָט ה׳ אַזױ געזאָגט:
זע, איך לײג שטרױכלונגען פֿאַר דעם דאָזיקן פֿאָלק,
און שטרױכלען װעלן דורך זײ
פֿאָטערס און זין אין אײנעם;
דער שכן און זײַן חבֿר,
און זײ װעלן אונטערגײן.
22 אַזױ האָט ה׳ געזאָגט:
זע, אַ פֿאָלק קומט פֿון צפֿון-לאַנד,
און אַ גרױסע אומה דערװעקט זיך פֿון די עקן ערד.
23 בױגן און שפּיז האַלטן זײ,
אַכזרים זײַנען זײ, און האָבן קײן רחמנות נישט;
זײער קֹול ברומט װי דער ים,
און אױף פֿערד רײַטן זײ;
אױסגעשטעלט װי אײן מאַן צו מלחמה
אױף דיר, טאָכטער צִיוֹן.
24 מיר האָבן געהערט זײַן הערונג,
אונדזערע הענט זײַנען שלאַף געװאָרן,
אַן אַנגסט האָט אונדז באַנומען,
אַ װײטיק װי אַ געװינערין.
25 זאָלסט נישט אַרױס אין פֿעלד,
און אין װעג זאָלסטו נישט גײן,
װאָרעם די שװערד פֿון דעם פֿײַנט
איז אַ שרעק רונד אַרום.
26 טאָכטער מײַן פֿאָלק, גורט אָן זאַק,
און קײַקל זיך אין אַש;
אַ טרױער װי נאָך אַן אײנאײנציקן מאַך דיר,
אַ ביטערע קלאָג,
װאָרעם פּלוצעם װעט קומען דער פֿאַרװיסטער אױף אונדז.
27 אַ פּרוּװער האָב איך דיך געמאַכט,
אַ גאָלדטיגל צװישן מײַן פֿאָלק,
כּדי זאָלסט געװאָר װערן און פּרוּװן זײער װעג.
28 אָפּגעקערטע אָפּקערער זײַנען זײ אַלע,
רכילות-טרײַבער;
קופּער און אײַזן זײַנען זײ,
אַלע פֿאַרדאָרבן זײַנען זײ.
29 געסאָפּעט האָט דער בלאָזזאַק,
פֿאַרלענדט געװאָרן פֿון פֿײַער איז דאָס בלײַ –
אומזיסט האָט מען לײַטערן געלײַטערט,
װאָרעם די שלעכטע זײַנען נישט אָפּגעשײדט געװאָרן.
30 פֿאַראַכטע זילבער רופֿט מען זײ,
װאָרעם פֿאַראַכט האָט זײ ה׳.