Publicidade

Jeremias 24

1 ה׳ האָט מיר געװיזן, ערשט צװײ קערב פֿײַגן זײַנען אַװעקגעשטעלט פֿאַר דעם הֵיכל פֿון ה׳; נאָכדעם װי נבֿוכַדרֶאצַר דער מלך פֿון בָבֿל האָט פֿאַרטריבן יכָניָהו דעם זון פֿון יהוֹיָקימען, דעם מלך פֿון יהוּדה, און די האַרן פֿון יהוּדה, און אי מײַנסטערס און די שלעסערס, פֿון ירושָלַיִם, און זײ געבראַכט קײן בָבֿל. 2 אײן קאָרב זײער גוטע פֿײַגן, אַזױ װי ערשטצײַטיקע פֿײַגן, און אײן קאָרב זײער שלעכטע פֿײַגן, װאָס קענען נישט געגעסן װערן פֿאַר שלעכטיקײט. 3 און ה׳ האָט צו מיר געזאָגט: װאָס זעסטו יִרמיָהו? האָב איך געזאָגט: פֿײַגן; די גוטע פֿײַגן זײַנען זײער גוטע, און די שלעכטע זײַנען זײער שלעכטע, װאָס קענען נישט געגעסן װערן פֿאַר שלעכטיקײט.

4 איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 5 אַזױ האָט געזאָגט ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל: אַזױ װי די דאָזיקע גוטע פֿײַגן אַזױ װעל איך דערקענען צום גוטן די פֿאַרטריבענע פֿון יהוּדה. װאָס איך האָב אַרױסגעשיקט פֿון דעם דאָזיקן אָרט, אין לאַנד פֿון די כַּשׂדים. 6 און איך װעל טאָן מײַן אױג אױף זײ צום גוטן, און װעל זײ אומקערן אין דעם דאָזיקן לאַנד; און איך װעל זײ אױפֿבױען, און נישט צעשטערן, און איך װעל זײ אײַנפֿלאַנצן, און נישט אױסרײַסן. 7 און איך װעל זײ געבן אַ האַרץ מיך צו קענען, אַז איך בין ה׳, און זײ װעלן מיר זײַן צום פֿאָלק, און איך װעל זײ זײַן צום אלֹקים, װאָרעם זײ װעלן זיך אומקערן צו מיר מיט זײער גאַנצן האַרצן.

8 און אַזױ װי די שלעכטע פֿײַגן, װאָס קענען נישט געגעסן װערן פֿאַר שלעכטיקײט – פֿאַר װאָר, אַזױ האָט ה׳ געזאָגט – אַזױ װעל איך מאַכן צִדקִיָהו דעם מלך פֿון יהוּדה, און זײַנע האַרן, און דעם איבערבלײַב פֿון ירושָלַיִם, װאָס זײַנען איבערגעבליבן אין דעם דאָזיקן לאַנד, און די װאָס זיצן אין לאַנד מִצרַיִם. 9 און איך װעל זײ מאַכן פֿאַר אַ שױדער צום בײזן בײַ אַלע קיניגרײַכן פֿון דער ערד; פֿאַר אַ שאַנד און פֿאַר אַ שפּריכװאָרט, פֿאַר אַ שפּאָט און פֿאַר אַ קללה, אין אַלע ערטער װאָס איך װעל זײ פֿאַרשטױסן אַהין. 10 און איך װעל אָנשיקן אױף זײ די שװערד, דעם הונגער, און די פּעסט, ביז זײ װעלן פֿאַרלענדט װערן פֿון דער ערד װאָס איך האָב געגעבן זײ און זײערע עלטערן.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-