1 דאָס װאָרט װאָס איז געװען צו יִרמיָהון פֿון ה׳, אַזױ צו זאָגן: 2 הערט די װערטער פֿון דעם דאָזיקן ברית, און איר זאָלט רעדן צו די מענער פֿון יהוּדה, און צו די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, 3 און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַזױ האָט געזאָגט ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל: פֿאַרשאָלטן דער מאַן װאָס װעט נישט צוהערן די װערטער פֿון דעם דאָזיקן ברית, 4 װאָס איך האָב באַפֿױלן אײַערע עלטערן אין דעם טאָג װאָס איך האָב זײ אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם, פֿון דעם אײַזנשמעלצאױװן, אַזױ צו זאָגן: הערט צו מײַן קֹול; און איר זאָלט זײ טאָן, אַזױ װי אַלץ װאָס איך באַפֿעל אײַך: און איר װעט מיר זײַן צום פֿאָלק, און איך װעל אײַך זײַן צום אלֹקים; 5 כּדי מקײם צו זײַן די שבֿועה װאָס איך האָב געשװאָרן אײַערע עלטערן, זײ צו געבן אַ לאַנד װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק, אַזױ װי הײַנטיקן טאָג. האָב איך געענטפֿערט און געזאָגט: אָמן, ה׳!
6 און ה׳ האָט צו מיר געזאָגט: רוף אױס די אַלע װערטער אין די שטעט פֿון יהוּדה, און אין די גאַסן פֿון ירושָלַיִם, אַזױ צו זאָגן: הערט די װערטער פֿון דעם דאָזיקן ברית, און איר זאָלט זײ טאָן. 7 װאָרעם װאָרענען האָב איך געװאָרנט אײַערע עלטערן פֿון דעם טאָג װאָס איך האָב אײַך אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד מִצרַיִם, ביז אױף הײַנטיקן טאָג, נאָכאַנאַנד און נאָכאַנאַנד געװאָרנט, אַזױ צו זאָגן: הערט צו מײַן קֹול. 8 אָבער זײ האָבן נישט צוגעהערט, און נישט צוגענײַגט זײער אױערן, און זײ זײַנען געגאַנגען איטלעכער אין דער אײַנגעשפּאַרטקײט פֿון זײער בײזן האַרצן, און איך האָב געבראַכט אױף זײ אַלע װערטער פֿון דעם דאָזיקן ברית, װאָס איך האָב זײ באַפֿױלן צו טאָן, און זײ האָבן נישט געטאָן.
9 און ה׳ האָט צו מיר געזאָגט: אַ בונט געפֿינט זיך בײַ די מענער פֿון יהוּדה, און בײַ די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם. 10 זײ האָבן זיך אומגעקערט צו די זינד פֿון זײערע אורעלטערן, װאָס האָבן נישט געװאָלט צוהערן מײַנע װערטער; און זײ זײַנען געגאַנגען נאָך פֿרעמדע ג‑טער זײ צו דינען; פֿאַרשטערט האָבן דאָס הױז פֿון יִשׂרָאֵל און דאָס הױז פֿון יהוּדה מײַן ברית װאָס איך האָב געשלאָסן מיט זײערע עלטערן. 11 דערום האָט ה׳ אַזױ געזאָגט: זע, איך ברענג אױף זײ אַן אומגליק װאָס זײ װעלן פֿון אים נישט קענען אַרױסגײן, און זײ װעלן שרײַען צו מיר, און איך װעל נישט צוהערן צו זײ. 12 און די שטעט פֿון יהוּדה און די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם װעלן גײן און װעלן שרײַען צו די ג‑טער װאָס זײ רײכערן צו זײ, אָבער העלפֿן װעלן זײ זײ נישט העלפֿן, אין דער צײַט פֿון זײער אומגליק. 13 װאָרעם אַזױ װי די צאָל פֿון דײַנע שטעט זײַנען דײַנע ג‑טער, יהוּדה, און אַזױ װי די צאָל פֿון די גאַסן פֿון ירושָלַיִם האָט איר געמאַכט מזבחות צו שאַנדגעצן, מזבחות פֿאַר רײכערן צו בַעַל.
14 און דו, זאָלסט נישט מתפּלל זײַן פֿאַר דעם דאָזיקן פֿאָלק, און נישט אױפֿהײבן אַ געשרײ און אַ תּפֿילה פֿאַר זײ. װאָרעם איך הער נישט צו בעת זײ רופֿן צו מיר פֿון װעגן זײער אומגליק. 15 װאָס טוט מײַן ליבפֿרײַנט אין מײַן הױז, אַז זי באַגײט שענדלעכקײט מיט פֿיל? און זאָל דורך הײליק פֿלײש דאָס אָפּגעטאָן װערן פֿון דיר? אַז בײַ דײַן שלעכטיקײט, דענצמאָל פֿרײסטו זיך. 16 אַ צװײַגהאַפֿטיקער אײלבערטבױם, שײן מיט פֿרוכט פֿײַנע, האָט ה׳ גערופֿן דײַן נאָמען; אָבער מיט גרױס ליאַרעמגעפּילדער האָט ער אָנגעצונדן אַ פֿײַער דערױף, און זײַנע צװײַגן װעלן צעשטער װערן. 17 װאָרעם ה׳ צבָֿאוֹת, װאָס האָט דיך געפֿלאַנצט, האָט אָנגעזאָגט שלעכטס אױף דיר, פֿון װעגן דער שלעכטיקײט פֿון דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל און דעם הױז פֿון יהוּדה, װאָס זײ האָבן בײַ זיך געטאָן, מיך צו דערצערענען מיט רײכערן צו בַעַל.
18 און ה׳ האָט מיך געלאָזט װיסן, און איך װײס;
דענצמאָל האָסטו מיר באַװיזן זײערע מעשׂים.
19 און איך בין געװען װי אַ שאָף אַ מילדע,
װאָס װערט צו דער שעכטן געפֿירט;
און איך האָב נישט געװוּסט
אַז זײ טראַכטן אױף מיר טראַכטונגען:
לאָמיר אומברענגען דעם בױם מיט זײַן פֿרוכט,
און אים פֿאַרשנײַדן פֿון לאַנד פֿון די לעבעדיקע,
אַז זײַן נאָמען זאָל מער נישט געדאַכט װערן.
20 און דו ה׳ צבָֿאוֹת װאָס משפּטסט גערעכט,
װאָס פּרוּװסט די נירון און דאָס האַרץ,
לאָמיך זען דײַן נקמה אױף זײ,
װאָרעם צו דיר האָב איך אַנטפּלעקט מײַן קריג.
21 דערום האָט ה׳ אַזױ געזאָגט אױף די לײַט פֿון עַנָתוֹת װאָס זוכן דײַן לעבן, אַזױ צו זאָגן: זאָלסט נישט נבֿיאות זאָגן אין נאָמען פֿון ה׳, כּדי זאָלסט נישט שטאַרבן פֿון אונדזער האַנט; 22 דערום האָט ה׳ צבָֿאוֹת אַזױ געזאָגט: זע, איך רעכן זיך אָפּ מיט זײ; די יונגעלײַט װעלן שטאַרבן פֿון שװערד, זײערע זין און זײערע טעכטער װעלן שטאַרבן פֿון הונגער. 23 און קײן איבערבלײַב זאָל צו זײ נישט זײַן, װאָרעם איך ברענג אַן אומגליק אױף די לײַט פֿון עַנָתוֹת, דאָס יאָר פֿון זײער רעכנשאַפֿט.