1 דאָס װאָרט װאָס איז געװען צו יִרמיָהון פֿון ה׳, װען דער מלך צִדקִיָהו האָט צו אים געשיקט פַּשחור דעם זון פֿון מַלכִּיָהן, און צפַֿניָה דעם זון פֿון מַעֲשֵׂיָהן, דעם כּהן, אַזױ צו זאָגן: 2 פֿרעג, איך בעט דיך, פֿאַר אונדז בײַ ה׳, װאָרעם נבֿוכַדרֶאצַר דער מלך פֿון בָבֿל האַלט מלחמה אױף אונדז; אפֿשר װעט ה׳ טאָן מיט אונדז אַזױ װי אַלע זײַנע װוּנדער, און ער װעט אָפּציִען פֿון אונדז.
3 האָט יִרמיָהו צו זײ געזאָגט: אַזױ זאָלט איר זאָגן צו צִדקִיָהון: 4 אַזױ האָט געזאָגט ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל: זע, איך דרײַ אום די כּלי-מלחמה װאָס אין אײַער האַנט, װאָס איר האַלט דערמיט מלחמה דרױסן פֿון דער מױער אַקעגן דעם מלך פֿון בָבֿל, און אַקעגן די כַּשׂדים, װאָס לעגערן אױף אײַך, און איך װעל זײ אײַנזאַמלען אין דער דאָזיקער שטאָט. 5 און איך גופֿא װעל מלחמה האַלטן מיט אײַך, מיט אַן אױסגעשטרעקטער האַנט און מיט אַ שטאַרקן אָרעם, און מיט כּעס, און מיט גרים, און מיט גרױס צאָרן. 6 און איך װעל שלאָגן די באַװױנער פֿון דער דאָזיקער שטאָט, אי מענטש אי בהמה; פֿון אַ גרױסער פּעסט װעלן זײ שטאַרבן. 7 און דערנאָך, זאָגט ה׳, װעל איך געבן צִדקִיָהו דעם מלך פֿון יהוּדה, און זײַנע קנעכט, און דאָס פֿאָלק, די װאָס זײַנען איבערגעבליבן אין דער דאָזיקער שטאָט פֿון דער פּעסט, פֿון דער שװערד, און פֿון דעם הונגער, אין דער האַנט פֿון נבֿוכַדרֶאצַר דעם מלך פֿון בָבֿל, און אין דער האַנט פֿון זײערע פֿײַנט, און אין דער האַנט פֿון די װאָס זוכן זײער לעבן; און עס װעט זײ דערשלאָגן מיטן שאַרף פֿון שװערד; ער װעט זײ נישט שױנען, און װעט נישט דערבאַרעמען און נישט רחמנות האָבן.
8 און צו דעם דאָזיקן פֿאָלק זאָלסטו זאָגן: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: זע, איך לײג פֿאַר אײַך דעם װעג פֿון לעבן און דעם װעג פֿון טױט. 9 דער װאָס בלײַבט זיצן אין דער דאָזיקער שטאָט, װעט שטאַרבן פֿון שװערד, און פֿון הונגער, און פֿון פּעסט, אָבער דער װאָס גײט אַרױס און װעט צופֿאַלן צו די כַּשׂדים װאָס לעגערן אױף אײַך, װעט בלײַבן לעבן, און זײַן נפֿש װעט אים זײַן צום געװינס. 10 װאָרעם איך האָב געטאָן מײַן פּנים קעגן דער דאָזיקער שטאָט צום בײזן און נישט צום גוטן, זאָגט ה׳; אין דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון בָבֿל װעט זי איבערגעגעבן װערן און ער װעט זי פֿאַרברענען אין פֿײַער.
11 און צום הױז פֿון דעם מלך פֿון יהוּדה: הערט דאָס װאָרט פֿון ה׳. 12 הױז פֿון דָוִד, אַזױ האָט ה׳ געזאָגט:
האַלט אַ משפּט אין דער פֿרי,
און זײַט מציל דעם באַגזלטן
פֿון דעם דריקערס האַנט,
כּדי מײַן גרימצאָרן זאָל נישט אַרױסגײן װי אַ פֿײַער,
און ברענען אַז קײן לעשער זאָל נישט זײַן,
פֿון װעגן אײַערע בײזע מעשׂים.
13 זע, איך קום צו דיר, באַװױנערין פֿון טאָל,
דו פֿעלדז פֿון פּלױן,
זאָגט ה׳;
איר װאָס זאָגט: װער װעט נידערן אױף אונדז?
און װער װעט קומען אין אונדזערע װױנונגען?
14 און איך װעל זיך אָפּרעכענען מיט אײַך
לױט דער פֿרוכט פֿון אײַערע מעשׂים,
זאָגט ה׳;
און איך װעל אָנצינדן אַ פֿײַער אין איר װאַלד,
און עס װעט פֿאַרצערן אַלץ װאָס אַרום איר.