1 דאָס װאָרט פֿון ה׳ װאָס איז געװען צו צפַֿניָה דעם זון פֿון כּוּשי, דעם זון פֿון גדַליָה, דעם זון פֿון אַמַריָה, דעם זון פֿון חִזקִיָהן, אין די טעג פֿון יֹאשִיָהו דעם זון פֿון אָמוֹנען, דעם מלך פֿון יהוּדה.
2 פֿאַרלענדן װעל איך פֿאַרלענדן אַלצדינג
פֿון דעם געזיכט פֿון דער ערד,
זאָגט ה׳.
3 איך װעל פֿאַרלענדן מענטשן און בהמות,
איך װעל פֿאַרלענדן די פֿױגלען פֿון הימל,
און די פֿישן פֿון ים,
און די שטרױכלונגען אין אײנעם מיט די רשעים;
און איך װעל פֿאַרשנײַדן דעם מענטשן פֿון געזיכט פֿון דער ערד,
זאָגט ה׳.
4 און איך װעל אױסשטרעקן מײַן האַנט אױף יהוּדה,
און אױף אַלע באַװױנער פֿון ירושָלַיִם,
און איך װעל פֿאַרשנײַדן פֿון דעם דאָזיקן אָרט
דעם איבערבלײַב פֿון בַעַל,
דעם נאָמען פֿון די פּריסטער מיט די כּהנים;
5 און די װאָס בוקן זיך אױף די דעכער
צו דעם חיל פֿון הימל,
און די װאָס אי זײ בוקן זיך און שװערן צו ה׳,
אי זײ שװערן בײַ מַלכָּם;
6 און די װאָס טרעטן אָפּ פֿון הינטער ה׳,
און װאָס זוכן נישט ה׳,
און פֿרעגן זיך נישט אױף אים.
7 שטיל פֿאַר אֲדֹנָי ה׳!
װאָרעם נאָנט איז דער טאָג פֿון ה׳,
װאָרעם ג-ט האָט אָנגעברײט אַ שלאַכטונג,
פֿאַרבעטן זײַנע גערופֿענע.
8 און עס װעט זײַן אין דעם טאָג פֿון ה׳ס שלאַכטונג,
װעל איך זיך רעכענען מיט די האַרן,
און מיט דעם מלכס זין,
און מיט אַלע װאָס קלײדן זיך אין פֿרעמדלענדישע קלײדער.
9 און איך װעל זיך רעכענען אין יענעם טאָג
מיט אַלע װאָס שפּרינגען איבערן שװעל,
װאָס פֿילן אָן דאָס הױז פֿון זײער האַר
מיט אומרעכט און באַטרוג.
10 און אין יענעם טאָג, זאָגט ה׳,
װעט זײַן אַ קֹול פֿון געשרײ פֿון דעם פֿישטױער,
און אַ יללה פֿון צװײטן שטאָטפֿערטל,
און אַ גרױסער בראָך פֿון די בערג.
11 יאָמערט, איר באַװױנער פֿון מַכתֵּש,
װאָרעם אומגעקומען איז דאָס גאַנצע האַנדלפֿאָלק,
פֿאַרשניטן געװאָרן אַלע אָנגעלאָדענע מיט זילבער.
12 און עס װעט זײַן אין יענער צײַט,
װעל איך דורכזוכן ירושָלַיִם מיט ליכט,
און איך װעל זיך רעכענען מיט די לײַט
װאָס גליװערן אױף זײערע הײװן,
װאָס זאָגן אין זײער האַרצן:
נישט גוטס טאָן קען ה׳ און נישט שלעכטס טאָן.
13 און זײער פֿאַרמעג װעט זײַן צו רױב,
און זײערע הײַזער צו װיסט;
און זײ װעלן בױען הײַזער, און נישט באַװױנען,
און פֿלאַנצען װײַנגערטנער, און נישט טרינקען זײער װײַן.
14 נאָנט איז דער גרױסער טאָג פֿון ה׳,
נאָנט און געשװינט זײער;
האָרך! דער טאָג פֿון ה׳!
ביטער שרײַט דענצמאָל דער גיבור.
15 אַ טאָג פֿון צאָרן איז יענער טאָג,
אַ טאָג פֿון נױט און קלעם,
אַ טאָג פֿון װיסטקײט און פֿאַרװיסטונג,
אַ טאָג פֿון חושך און פֿינצטערניש,
אַ טאָג פֿון װאָלקן און נעבל,
16 אַ טאָג פֿון שופֿר און שאַלונג
אַקעגן די באַפֿעסטיקטע שטעט,
און אַקעגן די הױכע טורעמס.
17 און איך װעל ענג מאַכן די מענטשן,
און זײ װעלן אומגײן װי בלינדע,
װײַל זײ האָבן צו ה׳ געזינדיקט;
און זײער בלוט װעט פֿאַרגאָסן װערן װי שטױב,
און זײער פֿלײש װי מיסט.
18 אַפֿילו זײער זילבער, אַפֿילו זײער גאָלד,
װעט זײ נישט קענען מציל זײַן
אין טאָג פֿון ה׳ס צאָרן;
און אין דעם פֿײַער פֿון זײַן קִנְאָה
װעט פֿאַרצערט װערן די גאַנצע ערד,
װאָרעם אַ פֿאַרלענדונג אַזש אַ שרעקלעכע,
װעט ער מאַכן פֿון אַלע באַװױנער פֿון דער ערד.