1 און שמוּאֵל האָט גענומען דאָס קריגל אײל, און אױפֿגעגאָסן אױף זײַן קאָפּ; און ער האָט אים געקושט, און האָט געזאָגט: פֿאַר װאָר, ה׳ האָט דיך געזאַלבט פֿאַר אַ פֿירשט איבער זײַן אַרב. 2 װי דו גײסט הײַנט אַװעק פֿון מיר, אַזױ װעסטו אָנטרעפֿן צװײ מענטשן לעבן רחלס קבֿר אין דעם געמאַרק פֿון בנימין, אין צֶלצַח, און זײ װעלן זאָגן צו דיר: די אײזעלינס װאָס דו ביסט געגאַנגען זוכן, זײַנען געפֿונען געװאָרן, און זע, דײַן פֿאָטער האָט אָפּגעלאָזט די מעשׂה מיט די אײזעלינס, און ער דאגהט װעגן אײַך, אַזױ צו זאָגן: װאָס טו איך װעגן מײַן זון? 3 און װעסט אַװעקגײן פֿון דאָרטן װײַטער, און װעסט קומען ביז דעם אײכנבױם פֿון תָּבֿוֹר; װעלן דיך אָנטרעפֿן דאָרטן דרײַ מענטשן װאָס גײען אַרױף צו האלֹקים קײן בֵית-אֵל; אײנער טראָגט דרײַ ציקעלעך, און אײנער טראָגט דרײַ לאָבעס ברױט, און אײנער טראָגט אַ לאָגל װײַן. 4 און זײ װעלן דיך פֿרעגן אױף פֿריד, און װעלן דיר געבן צװײ ברױטן; זאָלסטו צונעמען פֿון זײער האַנט. 5 דערנאָך װעסטו קומען צו דעם בערגל פֿון האלֹקים, װאָס דאָרטן זײַנען די װאַכן פֿון די פּלִשתּים; און עס װעט זײַן, װי דו קומסט אַהין אין דער שטאָט, אַזױ װעסטו באַגעגענען אַ שנור נבֿיאים װאָס נידערן אַראָפּ פֿון דער בָמָה, און זײ פֿאַרױס האַרפֿן און פּױקן און פֿלײטן און גיטאַרן; און זײ זאָגן נבֿיאות. 6 און אױף דיר װעט קומען דער גײַסט פֿון ה׳, און װעסט נבֿיאות זאָגן מיט זײ, און װעסט פֿאַרקערט װערן אין אַן אַנדער מענטשן. 7 און עס װעט זײַן, אַז די דאָזיקע צײכנס װעלן דיר אָנקומען, טו דיר װאָס דיר קומט צו דער האַנט, װאָרעם האלֹקים איז מיט דיר. 8 און זאָלסט אַראָפּנידערן מיר פֿאַרױס קײן גִלגָל, און זע, איך װעל אַראָפּנידערן צו דיר אױפֿצוברענגען בראַנדאָפּפֿער, צו שלאַכטן פֿרידאָפּפֿער; זיבן טעג זאָלסטו װאַרטן ביז איך קום צו דיר, און װעל דיך לאָזן װיסן װאָס דו זאָלסט טאָן.
9 און עס איז געװען, װי ער קערט אום זײַן רוקן אַװעקצוגײן פֿון לעבן שמוּאֵלן, אַזױ האָט אלֹקים אים פֿאַרקערט אַן אַנדער האַרץ; און אַלע די דאָזיקע צײכנס זײַנען אָנגעקומען אין יענעם טאָג. 10 און װי זײ זײַנען געקומען אַהין קײן גִבֿעָה, ערשט אַ שנור נבֿיאים קומט אים אַנטקעגן; און דער גײַסט פֿון אלֹקים איז געקומען אױף אים, און ער האָט נבֿיאות געזאָגט צװישן זײ. 11 און עס איז געװען, װי אַלע װאָס האָבן אים געקענט פֿון נעכטן-אײערנעכטן, האָבן געזען, ערשט ער זאָגט נבֿיאות מיט נבֿיאים, אַזױ האָט דאָס פֿאָלק געזאָגט אײנער צום אַנדערן: װאָס איז דאָס געשען דעם זון פֿון קישן? איז אױך שָאול צװישן די נבֿיאים? 12 האָט זיך אָפּגערופֿן אַ מאַן פֿון דאָרטן און האָט געזאָגט: און װער איז זײער פֿאָטער? דעריבער איז געװאָרן פֿאַר אַ שפּריכװאָרט: איז אױך שָאול צװישן די נבֿיאים?
13 און װי ער האָט געענדיקט נבֿיאות זאָגן, אַזױ איז ער געקומען צו דער בָמָה.
14 און שָאולס פֿעטער האָט געזאָגט צו אים און צו זײַן יונג: װוּהין זײַט איר געגאַנגען? האָט ער געזאָגט: צו זוכן די אײזעלינס; און מיר האָבן געזען אַז זײ זײַנען נישטאָ, זײַנען מיר געקומען צו שמוּאֵלן. 15 האָט שָאולס פֿעטער געזאָגט: דערצײל מיר, איך בעט דיך, װאָס האָט אײַך שמוּאֵל געזאָגט? 16 האָט שָאול געזאָגט צו זײַן פֿעטער: דערצײלן האָט ער אונדז דערצײלט אַז די אײזעלינס זײַנען געפֿונען געװאָרן. אָבער די מעשׂה פֿון דער מלוכה װאָס שמוּאֵל האָט געזאָגט, האָט ער אים נישט דערצײלט.
17 און שמוּאֵל האָט צונױפֿגערופֿן דאָס פֿאָלק צו ה׳ קײן מִצפָּה. 18 און ער האָט געזאָגט צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל: אַזױ האָט געזאָגט ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל: איך האָב אױפֿגעבראַכט יִשׂרָאֵל פֿון מִצרַיִם, און האָב אײַך מציל געװען פֿון דער האַנט פֿון מִצרַיִם, און פֿון דער האַנט פֿון אַלע קיניגרײַכן װאָס האָבן אײַך געדריקט. 19 און איר האָט הײַנט פֿאַראַכט אלוקיכם, װאָס העלפֿט אײַך פֿון אַלע אײַערע בײזן און אײַערע צרות, און איר האָט צו אים געזאָגט: נאָר אַ מלך מוזטו מאַכן איבער אונדז. דערום שטעלט אײַך אַצונד פֿאַר ה׳ לױט אײַערע שבֿטים און לױט אײַערע טױזנטן.
20 און שמוּאֵל האָט געמאַכט גענענען אַלע שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל, און שבֿט בנימין איז פֿאַרנומען געװאָרן. 21 האָט ער געמאַכט גענענען שבֿט בנימין לױט זײערע משפּחות. און די משפּחה פֿון די מַטרים איז פֿאַרנומען געװאָרן; און שָאול דער זון פֿון קישן איז פֿאַרנומען געװאָרן. האָבן זײ אים אַרומגעזוכט, און ער איז נישט געפֿונען געװאָרן. 22 האָבן זײ װידער געפֿרעגט בײַ ה׳: איז נאָך עמעצער געקומען אַהער? האָט ה׳ געזאָגט: אָן באַהאַלט ער זיך בײַ די זאַכן.
23 זײַנען זײ געלאָפֿן, און האָבן אים גענומען פֿון דאָרטן; און אַז ער האָט זיך געשטעלט צװישן פֿאָלק, איז ער געװען העכער פֿון גאַנצן פֿאָלק פֿון זײַן אַקסל און אַרױף.
24 האָט שמוּאֵל געזאָגט צום גאַנצן פֿאָלק: איר זעט דעם װאָס ה׳ האָט אים אױסדערװײלט, אַז זײַן גלײַכן איז נישטאָ אין גאַנצן פֿאָלק? האָט געשאַלט דאָס גאַנצע פֿאָלק, און האָט געזאָגט: לעבן זאָל דער מלך.
25 און שמוּאֵל האָט געזאָגט דעם פֿאָלק דאָס געזעץ פֿון דער מלוכה, און פֿאַרשריבן אין אַ בוך, און אַװעקגעלײגט פֿאַר ה׳. און שמוּאֵל האָט אַװעקגעשיקט דאָס גאַנצע פֿאָלק, איטלעכן צו זײַן הױז.
26 און אױך שָאול איז אַװעקגעגאַנגען צו זײַן הױז קײן גִבֿעָה, און מיט אים זײַנען געגאַנגען די חיל װאָס האָבן געהאַט אלֹקים אין האַרצן.
27 אָבער די נידערטרעכטיקע יונגען האָבן געזאָגט: װאָס װעט אונדז העלפֿן דער דאָזיקער? און זײ האָבן אים פֿאַראַכט, און האָבן אים נישט געבראַכט אַ מתּנה. און ער האָט זיך געמאַכט נישט הערנדיק.