Publicidade

1 Samuel 24

1 און דָוִד איז אַרױפֿגעגאַנגען פֿון דאָרטן, און האָט זיך באַזעצט אין די באַרגפֿעסטונגען פֿון עֵין-גֶדי. 2 און עס איז געװען, אַז שָאול האָט זיך אומגעקערט פֿון הינטער די פּלִשתּים, האָט מען אים געזאָגט, אַזױ צו זאָגן: זע, דָוִד איז אין מדבר פֿון עֵין-גֶדי. 3 האָט שָאול גענומען דרײַ טױזנט געקליבענע מענער פֿון גאַנץ יִשׂרָאֵל, און ער איז געגאַנגען זוכן דָוִדן מיט זײַנע מענטשן אױף די שטײנבעקפֿעלדזן. 4 און ער איז געקומען צו די שאָפֿגעהעפֿטן בײַם װעג, און דאָרטן איז געװען אַ הײל; איז שָאול אַרײַנגעגאַנגען אױף זײַן באַדערפֿעניש. און דָוִד און זײַנע מענטשן זײַנען געזעסן אין די װינקלען פֿון דער הײל. 5 האָבן די מענטשן פֿון דָוִדן צו אים געזאָגט: זע, דאָס איז דער טאָג, װאָס ה׳ האָט דיר אָנגעזאָגט: זע, איך גיב דײַן שׂונא אין דײַן האַנט, און װעסט טאָן צו אים אַזױ װי עס װעט זײַן גוט אין דײַנע אױגן. איז דָוִד אױפֿגעשטאַנען, און האָט אָפּגעשניטן דעם ברעג פֿון שָאולס מאַנטל שטילערהײט. 6 און עס איז געװען נאָך דעם, האָט דָוִדס האַרץ אים געפּלאָגט פֿאַר װאָס ער האָט אָפּגעשניטן דעם ברעג פֿון שָאולן.

7 און ער האָט געזאָגט צו זײַנע מענטשן: באַהיט זאָל איך װערן פֿון ה׳, אַז איך זאָל טאָן די דאָזיקע זאַך צו מײַן האַר, צום געזאַלבטן פֿון ה׳, אױסצושטרעקן מײַן האַנט אױף אים, װאָרעם דער געזאַלבטער פֿון ה׳ איז ער. 8 און דָוִד האָט אָפּגעהאַקט זײַנע מענטשן מיט די װערטער, און ער האָט זײ נישט געלאָזן אױפֿשטײן אַקעגן שָאולן. און שָאול איז אױפֿגעשטאַנען פֿון דער הײל, און איז געגאַנגען אין װעג. 9 איז דָוִד דערנאָך אױפֿגעשטאַנען, און ער איז אַרױסגעגאַנגען פֿון דער הײל, און ער האָט נאָכגערופֿן שָאולן, אַזױ צו זאָגן: מײַן האַר מלך! האָט שָאול זיך אומגעקוקט הינטער זיך, און דָוִד האָט זיך גענײגט מיטן פּנים צו דער ערד, און זיך געבוקט.

10 און דָוִד האָט געזאָגט צו שָאולן: פֿאַר װאָס הערסטו צו די רײד פֿון אַ מענטשן, אַזױ צו זאָגן: זע, דָוִד זוכט דיר שלעכטס? 11 אָט האָבן הײַנטיקן טאָג דײַנע אױגן געזען, אַז ה׳ האָט דיך געגעבן אין מײַן האַנט אין דער הײל; און מע האָט גערעדט דיך צו הרגען, אָבער האָט דיך געשױנט, און איך האָב געזאָגט: איך װעל נישט אױסשטרעקן מײַן האַנט אױף מײַן האַר, װאָרעם דער געזאַלבטער פֿון ה׳ איז ער. 12 און זע, מײַן פֿאָטער, אַדרבא זע דעם ברעג פֿון דײַן מאַנטל אין מײַן האַנט; װאָרעם אַז איך האָב אָפּגעשניטן דעם ברעג פֿון דײַן מאַנטל, און האָב דיך נישט געהרגעט, פֿאַרשטײ און זע, אַז אין מײַן האַנט איז נישטאָ קײן בײז און קײן פֿאַרברעך, און איך האָב נישט געזינדיקט קעגן דיר; און דו לױערסט מײַן לעבן צו נעמען. 13 זאָל ה׳ משפּטן צװישן מיר און צװישן דיר, און זאָל ה׳ זיך פֿאַר מיר נוקם זײַן אָן דיר; אָבער מײַן האַנט זאָל נישט זײַן אױף דיר. 14 אַזױ װי דאָס שפּריכװאָרט פֿון די פֿאַרצײַטיקע זאָגט: פֿון שלעכטע קומט אַרױס שלעכטס; אָבער מײַן האַנט זאָל נישט זײַן אױף דיר. 15 נאָך װעמען איז אַרױסגעגאַנגען דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל? נאָך װעמען יאָגסטו זיך? נאָך אַ טױטן הונט, נאָך אַן אײנציקער פֿלױ? 16 און זאָל ה׳ זײַן דער ריכטער, און משפּטן צװישן מיר און צװישן דיר, און זען, און קריגן מײַן קריג, און מיך העלפֿן פֿון דײַן האַנט. 17 און עס איז געװען, װי דָוִד האָט געענדיקט רעדן די דאָזיקע רײד צו שָאולן, אַזױ האָט שָאול געזאָגט: איז דאָס דײַן קֹול, דָוִד מײַן זון? און שָאול האָט אױפֿגעהױבן זײַן קֹול, און האָט געװײנט.

18 און ער האָט געזאָגט צו דָוִדן: דו ביסט גערעכטער פֿון מיר, װאָרעם דו האָסט מיר געטאָן גוטס, און איך האָב אָפּגעטאָן שלעכטס. 19 און דו האָסט באַװיזן הײַנט װי דו האָסט גוטס געטאָן מיט מיר, װען ה׳ האָט מיך איבערגעענטפֿערט אין דײַן האַנט, און דו האָסט מיך נישט געהרגעט. 20 און װעט דען עמעצער טרעפֿן זײַן פֿײַנט, און אים לאָזן גײן מיט אַ גוטן װעג? דערום זאָל דיר ה׳ אָפּצאָלן גוטס פֿאַר װאָס דו האָסט מיר געטאָן הײַנטיקן טאָג. 21 און אַצונד, זע, איך װײס אַז קיניגן װעסטו קיניגן און אין דײַן האַנט װעט זיך אָפּשטעלן די מלוכה פֿון יִשׂרָאֵל. 22 דערום שװער מיר אַצונד, בײַ ה׳, אױב דו װעסט פֿאַרשנײַדן מײַן זאָמען נאָך מיר, און אױב דו װעסט פֿאַרטיליקן מײַן נאָמען פֿון מײַן פֿאָטערס הױז.

23 האָט דָוִד געשװאָרן שָאולן; און שָאול איז אַװעקגעגאַנגען צו זײַן הױז, און דָוִד און זײַנע מענטשן זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען אױף דער באַרגפֿעסטונג.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-