Publicidade

1 Samuel 11

1 און נָחש פֿון עַמוֹן איז אַרױפֿגעקומען און האָט געלעגערט אױף יָבֵֿש-גִלעָד. האָבן אַלע מענטשן פֿון יָבֵֿש געזאָגט צו נָחשן: שליס אונדז אַ ברית, און מיר װעלן דיר דינען. 2 האָט נָחש פֿון עַמוֹן צו זײ געזאָגט: מיט דעם באַדינג װעל איך עס אײַך שליסן, אַז מע זאָל אײַך אַלעמען אױסשטעכן דאָס רעכטע אױג, און דאָס מאַכן פֿאַר אַ שאַנד אױף גאַנץ יִשׂרָאֵל. 3 האָבן צו אים געזאָגט די עלטסטע פֿון יָבֵֿש: לאָז אונדז אָפּ זיבן טעג, און מיר װעלן שיקן שלוחים אין גאַנצן געמאַרק פֿון יִשׂרָאֵל; און אױב קײנער העלפֿט אונדז נישט, װעלן מיר אַרױסגײן צו דיר.

4 זײַנען די שלוחים געקומען צו גבֿעת-שָאול, און האָבן גערעדט די װערטער אין די אױערן פֿון פֿאָלק; און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט אױפֿגעהױבן זײער קֹול און געװײנט. 5 ערשט שָאול קומט אָן הינטער די רינדער פֿון פֿעלד; האָט שָאול געזאָגט: װאָס איז דעם פֿאָלק, װאָס זײ װײנען? האָט מען אים דערצײלט די װערטער פֿון די מענטשן פֿון יָבֵֿש. 6 איז גײַסט פֿון אלֹקים געקומען אױף שָאולן, װי ער האָט דערהערט די דאָזיקע װערטער, און זײַן צאָרן האָט זײער געגרימט. 7 און ער האָט גענומען אַ געשפּאַן רינדער, און האָט זײ צעשניטן, און פֿונאַנדערגעשיקט דורך דער האַנט פֿון די שלוחים אין גאַנצן געמאַרק פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן: װער עס גײט נישט אַרױס נאָך שָאולן און נאָך שמוּאֵלן, װעט אַזױ געטאָן װערן צו זײַנע רינדער. איז אַ פַּחד פֿון ה׳ געפֿאַלן אױפֿן פֿאָלק, און זײ זײַנען אַרױס אַזױ װי אײן מאַן. 8 און ער האָט זײ איבערגעצײלט אין בֶזֶק, און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען געװען דרײַ הונדערט טױזנט, און די מענער פֿון יהוּדה דרײַסיק טױזנט. 9 און זײ האָבן געזאָגט צו די שלוחים װאָס זײַנען געקומען: אַזױ זאָלט איר זאָגן צו די מענטשן פֿון יָבֵֿש-גִלעָד: מאָרגן װען די זון װערט הײס, װעט אײַך געשען אַ הילף. זײַנען געקומען די שלוחים און האָבן דערצײלט צו די מענטשן פֿון יָבֵֿש, און זײ האָבן זיך דערפֿרײט. 10 און די מענטשן פֿון יָבֵֿש האָבן געזאָגט צו נָחשן: מאָרגן װעלן מיר אַרױסגײן צו אײַך, און איר װעט טאָן צו אונדז אַזױ װי אַלץ װאָס איז גוט אין אײַערע אױגן.

11 און עס איז געװען אױף מאָרגן, האָט שָאול געמאַכט דאָס פֿאָלק אין דרײַ מחנות, און זײ זײַנען אַרײַן אין מיטן לאַגער אין דער מאָרגנװאַך, און האָבן געשלאָגן עַמוֹן ביז דער טאָג איז הײס געװאָרן. און עס איז געװען, די װאָס זײַנען איבערגעבליבן, זײַנען צעשפּרײט געװאָרן, און עס זײַנען נישט געבליבן פֿון זײ צװײ בײַנאַנד.

12 האָט דאָס פֿאָלק געזאָגט צו שמוּאֵלן: װער איז דער װאָס זאָגט: זאָל שָאול קיניגן איבער אונדז? גיט אַהער די לײַט, און מיר װעלן זײ טײטן. 13 האָט שָאול געזאָגט: קײנער זאָל נישט געטײט װערן הײַנטיקן טאָג, װאָרעם הײַנט האָט ה׳ געטאָן אַ ישועה אין יִשׂרָאֵל.

14 און שמוּאֵל האָט געזאָגט צום פֿאָלק: קומט און לאָמיר גײן קײן גִלגָל, און מיר װעלן דאָרטן באַנײַען די מלוכה. 15 איז דאָס גאַנצע פֿאָלק געגאַנגען קײן גִלגָל, און זײ האָבן דאָרט געמאַכט שָאולן פֿאַר אַ מלך, פֿאַר ה׳ אין גִלגָל; און זײ האָבן דאָרטן געשלאַכט פֿרידאָפּפֿער פֿאַר ה׳. און שָאול און אַלע מענער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן זיך דאָרטן זײער געפֿרײט.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-22_10-02-25-