1 און דָוִד האָט געזאָגט בײַ זיך אין האַרצן: אַצונד װעל איך אײן טאָג אומגעבראַכט װערן דורך שָאולס האַנט. נישטאָ בעסערס פֿאַר מיר, װי אַנטרונען זאָל איך אַנטרונען װערן אין לאַנד פֿון די פּלִשתּים, און שָאול װעט זיך מיאש זײַן פֿון מיר, מיך װײַטער צו זוכן אין גאַנצן געמאַרק פֿון יִשׂרָאֵל; אַזױ װעל איך אַנטרונען װערן פֿון זײַן האַנט.
2 איז דָוִד אױפֿגעשטאַנען און איז אַריבערגעגאַנגען, ער און די זעקס הונדערט מאַן װאָס מיט אים, צו אָכיש דעם זון פֿון מָעוכן, דעם מלך פֿון גַת. 3 און דָוִד איז געזעסן בײַ אָכישן אין גַת, ער און זײַנע מענטשן, איטלעכער מיט זײַן הױזגעזינט, דָוִד מיט זײַנע צװײ װײַבער, אַחינוֹעַם פֿון יִזרְעֶאל, און אַבֿיגַיִל די װײַב פֿון נָבֿלן פֿון כַּרמֶל.
4 איז אָנגעזאָגט געװאָרן שָאולן, אַז דָוִד איז אַנטלאָפֿן קײן גַת, אָבער ער האָט אים מער װײַטער נישט געזוכט.
5 און דָוִד האָט געזאָגט צו אָכישן: אױב, איך בעט דיך, איך האָב געפֿונען חֵן אין דײַנע אױגן, זאָל מען מיר געבן אַן אָרט אין אײנער פֿון די פֿעלד-שטעט, און איך װעל דאָרטן זיצן; און נאָך װאָס זאָל דײַן קנעכט זיצן אין דער מלוכה-שטאָט בײַ דיר?
6 האָט אים אָכיש געגעבן אין יענעם טאָג ציקלַג. דעריבער געהערט ציקלַג צו די מלכים פֿון יהוּדה ביז אױף הײַנטיקן טאָג.
7 און די צאָל פֿון די טעג װאָס דָוִד איז געזעסן אין פֿעלד פֿון די פּלִשתּים, איז געװען אַ יאָר מיט פֿיר חדשים.
8 און דָוִד און זײַנע מענטשן פֿלעגן אַרױפֿגײן און אָנפֿאַלן אױף דעם גשורי, און דעם גִזרי, און דעם עַמָלֵקי, װאָרעם זײ זײַנען געװען די באַװױנער פֿון לאַנד װאָס פֿון אײביק אָן, װי דו קומסט קײן שור, און ביז לאַנד מִצרַיִם. 9 און דָוִד פֿלעגט שלאָגן דאָס לאַנד, און נישט לאָזן לעבן קײן מאַן און קײן פֿרױ; און ער פֿלעגט צונעמען שאָף און רינדער, און אײזלען, און קעמלען, און בגדים, און זיך אומקערן און קומען צו אָכישן. 10 און אַז אָכיש האָט געזאָגט: װוּ זײַט איר אָנגעפֿאַלן הײַנט? האָט דָוִד געזאָגט: אױפֿן דָרום פֿון יהוּדה, און אױפֿן דָרום פֿון דעם ירַחמאֵלי, און אױפֿן דָרום פֿון דעם קֵיני.
11 און קײן מאַן און קײן פֿרױ פֿלעגט דָוִד נישט לאָזן לעבן, צו ברענגען קײן גַת, װײַל ער האָט געזאָגט: טאָמער װעלן זײ דערצײלן אױף אונדז, אַזױ צו זאָגן: אַזױ און אַזױ האָט דָוִד געטאָן. און אַזױ איז געװען זײַן שטײגער אַלע טעג װאָס ער איז געזעסן אין פֿעלד פֿון די פּלִשתּים. 12 און אָכיש האָט געגלױבט דָוִדן, אַזױ צו זאָגן: פֿאַרמיאוסן האָט ער זיך פֿאַרמיאוסט בײַ זײַן פֿאָלק, בײַ יִשׂרָאֵל, און ער װעט מיר זײַן פֿאַר אַן אײביקן קנעכט.