Publicidade

Lamentações 2

1 װי האָט אֲדֹנָי אין זײַן כּעס

פֿאַרװאָלקנט די טאָכטער צִיוֹן!

אַראָפּגעװאָרפֿן פֿון הימל צו דער ערד

די שײנקײט פֿון יִשׂרָאֵל,

און נישט געדאַכט אָן זײַן פֿוסבענקל

אין טאָג פֿון זײַן כּעס!

2 אֲדֹנָי האָט אומגעבראַכט אָן רחמנות

אַלע װױנונגען פֿון יעקבֿ;

צעשטערט אין זײַן צאָרן

די פֿעסטונגען פֿון טאָכטער יהוּדה,

זײ געבראַכט צו דער ערד;

פֿאַרשװעכט דאָס קיניגרײַך און זײַנע האַרן!

3 ער האָט אָפּגעהאַקט מיט גרימצאָרן

דעם גאַנצן האָרן פֿון יִשׂרָאֵל;

ער האָט צוריקגעצױגן זײַן רעכטע האַנט

פֿון פֿאַרן שׂונא,

און געברענט אין יעקבֿ װי אַ פֿלאַמפֿײַער

װאָס פֿאַרצערט רונד אַרום.

4 ער האָט געשפּאַנט זײַן בױגן װי אַ שׂונא,

זיך געשטעלט מיט זײַן רעכטער האַנט װי אַ פֿײַנט,

און געהרגעט אַלע גלוסטיקע פֿון אױג;

אין געצעלט פֿון טאָכטער צִיוֹן

האָט ער אױסגעגאָסן װי אַ פֿײַער זײַן גרימצאָרן.

5 אֲדֹנָי איז געװאָרן װי אַ שׂונא,

ער האָט אומגעבראַכט יִשׂרָאֵל;

אומגעבראַכט אַלע אירע פּאַלאַצן,

צעשטערט זײַנע פֿעסטונגען,

און געמערט בײַ טאָכטער יהוּדה קלאָגעניש און קלאָג.

6 און ער האָט אָפּגעפֿליקט

װי אַ גאָרטן זײַן בײַדל,

ער האָט צעשטערט זײַן זאַמלאָרט;

ה׳ האָט געמאַכט פֿאַרגעסן אין צִיוֹן

אַ יוֹם-טובֿ און אַ שבת,

און פֿאַראַכט אין זײַן גרימצאָרן

דעם מלך און דעם כּהן.

7 אֲדֹנָי האָט פֿאַרלאָזט זײַן מזבח,

אַװעקגעװאָרפֿן זײַן מִקדָש;

איבערגעענטפֿערט אין האַנט פֿון דעם שׂונא

די מױערן פֿון אירע פּאַלאַצן;

זײ האָבן קוֹלות געמאַכט אין הױז פֿון ה׳,

אַזױ װי אין אַ יוֹם-טובֿ.

8 ה׳ האָט געטראַכט צו צעשטערן

די מױער פֿון טאָכטער צִיוֹן;

ער האָט געצױגן אַ מעסטשנור,

ער האָט נישט אָפּגעהאַלטן זײַן האַנט פֿון אומצוברענגען,

און געמאַכט טרױערן די פֿעסטונג און די מױער;

אין אײנעם זײַנען זײ פֿאַרשניטן געװאָרן.

9 אײַנגעזונקען אין דער ערד זײַנען אירע טױערן,

ער האָט צעשטערט און צעבראָכן אירע ריגלען;

איר מלך און אירע האַרן זײַנען צװישן די פֿעלקער,

נישטאָ מער קײן תּורה;

אַפֿילו אירע נבֿיאים געפֿינען נישט אַ זעונג פֿון ה׳.

10 זײ זיצן אױף דער ערד און שװײַגן,

די עלטסטע פֿון טאָכטער צִיוֹן,

זײ האָבן אַרױפֿגעטאָן שטױב אױף זײער קאָפּ,

זײ האָבן אָנגעגורט זאַק;

אַראָפּגעלאָזט זײערע קעפּ צו דער ערד

האָבן די יונגפֿרױען פֿון ירושָלַיִם.

11 מײַנע אױגן גײען אױס פֿון טרערן,

מײַנע אינגעװײד ברענען,

מײַן לעבער איז אױסגעגאָסן אױף דער ערד,

אױף דעם בראָך פֿון דער טאָכטער מײַן פֿאָלק;

װײַל קלײנע קינדער און זױגעדיקע

חלשן אין די גאַסן פֿון שטאָט.

12 זײ זאָגן צו זײערע מוטערס:

װוּ איז קאָרן און װײַן?

װען זײ חלשן װי דערשלאָגענע

אין די גאַסן פֿון שטאָט,

װען זײער זעל גיסט זיך אױס

אױף דער ברוסט פֿון זײערע מוטערס.

13 װאָס זאָל איך דיר עדותן?

װאָס זאָל איך צו דיר גלײַכן, טאָכטער ירושָלַיִם?

װאָס זאָל איך פֿאַרגלײַכן צו דיר, און דיך טרײסטן,

יונגפֿרױ טאָכטער צִיוֹן?

אַז גרױס װי דער ים איז דײַן בראָך –

װער קען דיך הײלן?

14 דײַנע נבֿיאים האָבן דיר געזען

פֿאַלשקײט און אָפּנאַרעניש,

און זײ האָבן נישט אַנטפּלעקט דײַן זינד,

אומצוקערן דײַן געפֿאַנגענשאַפֿט;

און זײ האָבן דיר געזען נבֿואות

פֿון פֿאַלשקײט און פֿאַרפֿירענישן.

15 אַלע פֿאַרבײַגײער פּאַטשן אױף דיר מיט די הענט,

זײ שמוצערן, און שאָקלען זײער קאָפּ אױף טאָכטער ירושָלַיִם:

איז דאָס די שטאָט װאָס מע האָט גערופֿן

די קרױן פֿון שײנקײט,

די פֿרײד פֿון דער גאַנצער ערד?

16 געעפֿנט זײער מױל אױף דיר האָבן אַלע דײַנע שָׂונאים;

זײ שמוצערן, און קריצן די צײן;

זײ זאָגן: מיר האָבן זי אײַנגעשלונגען;

פֿאַר װאָר, דאָס איז דער טאָג װאָס מיר האָבן געהאָפֿט אױף אים,

מיר האָבן דערגרײכט, מיר האָבן דערלעבט.

17 ה׳ האָט געטאָן װאָס ער האָט געטראַכט,

ער האָט אױסגעפֿירט זײַן װאָרט

װאָס ער האָט אָנגעזאָגט פֿון אַמאָליקע טעג;

ער האָט צעשטערט אָן רחמנות,

און דערפֿרײט דעם שׂונא איבער דיר,

דערהײכט דעם האָרן פֿון דײַנע פֿײַנט.

18 זײער האַרץ האָט געשריען צו אֲדֹנָי:

מױער פֿון טאָכטער צִיוֹן,

לאָז רינען טרערן װי אַ טײַך, טאָג און נאַכט;

זאָלסט זיך נישט געבן קײן אָפּרו,

נישט שטילן זאָל זיך דײַן אױגאַפּל.

19 שטײ אױף, שרײַ אין דער נאַכט,

אין אָנהײב פֿון די נאַכטװאַכן;

גיס אױס װי װאַסער דײַן האַרץ,

פֿאַר דעם פּנים פֿון אֲדֹנָי;

הײב אױף דײַנע הענט צו אים,

פֿאַר די נפֿשות פֿון דײַנע קלײנע קינדער

װאָס חלשן פֿון הונגער אין אַלע עק גאַסן.

20 זע, ה׳, און קוק

װעמען דו האָסט אַזױנס געטאָן!

דאַרפֿן װײַבער עסן זײער פֿרוכט,

קינדער געצערטלטע?

דאַרף געטײט װערן אין הײליקטום פֿון אֲדֹנָי

דער כּהן און דער נבֿיא?

21 אױף דער ערד אין די גאַסן

ליגן אַלט און יונג;

מײַנע מײדלעך און מײַנע בחורים

זײַנען געפֿאַלן פֿון שװערד;

האָסט געהרגעט אין טאָג פֿון דײַן צאָרן,

געשאָכטן אָן רחמנות.

22 האָסט גערופֿן װי אױף אַ יוֹם-טובֿ

מײַנע שרעקענישן פֿון אַרום;

און נישט געװען אין טאָג פֿון ה׳ס צאָרן

קײן אַנטרונענער און געבליבענער;

די װאָס איך האָב געצערטלט און אױפֿגעבראַכט

זײ האָט מײַן שׂונא פֿאַרלענדט.

Veja também

Publicidade
Lamentações
Ver todos os capítulos de Lamentações
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-