Publicidade

Lamentações 1

1 װי איז געבליבן זיצן אַלײן

די שטאָט פֿון פֿיל פֿאָלק;

געװאָרן װי אַן אַלמנה

די פֿירשטן צװישן די אומות;

די האַרינטע צװישן די מדינות

געװאָרן צו צינדז!

2 װײנען טוט זי װײנען בײַ נאַכט,

און איר טרער איז אױף איר באַק;

זי האָט נישט קײן טרײסטער פֿון אַלע אירע ליבהאָבער;

אַלע אירע גוטע פֿרײַנט האָבן געפֿעלשט אָן איר,

זײ זײַנען איר שָׂונאים געװאָרן.

3 יהוּדה איז אין גלות אַװעק

אין פּײַן און אין גרױס קנעכטשאַפֿט;

זי זיצט צװישן די פֿעלקער,

זי געפֿינט נישט קײן רו;

אַלע אירע נאָכיאָגערס

האָבן זי דערגרײכט צװישן די ענגענישן.

4 די װעגן פֿון צִיוֹן טרױערן,

װײַל נישטאָ די װאָס קומען אױף יוֹם-טובֿ;

אַלע אירע טױערן זײַנען װיסט,

אירע כּהנים זיפֿצן,

אירע יונגפֿרױען זײַנען פֿאַראומערט,

און זי, ביטער איז איר.

5 אירע פֿײַנט זײַנען געװאָרן די קעפּ,

אירע שָׂונאים זײַנען אין שלװה;

װאָרעם ה׳ האָט זי פֿאַראומערט,

פֿאַר די פֿיל פֿאַרברעכן אירע;

אירע קלײנע קינדער זײַנען אַװעק

אין געפֿאַנגענשאַפֿט פֿאַרױס פֿאַרן פֿײַנט.

6 און אַרױס איז פֿון טאָכטער צִיוֹן

דער גאַנצער גלאַנץ אירער;

אירע האַרן זײַנען געװאָרן װי די הינדן,

װאָס געפֿינען נישט קײן פֿיטערונג,

און זײ זײַנען געגאַנגען אָן כּוֹח

פֿאַר דעם נאָכיאָגער.

7 ירושָלַיִם דערמאָנט זיך

אין די טעג פֿון איר פּײַן און אירע װאָגלענישן,

אַלע גלוסטיקײטן װאָס זי האָט געהאַט

אין די טעג פֿון אַ מאָל.

װען איר פֿאָלק איז געפֿאַלן פֿון דער האַנט פֿון פֿײַנט,

און זי האָט נישט קײן העלפֿער געהאַט,

האָבן די פֿײַנט געקוקט אױף איר,

געלאַכט אױף איר אונטערגאַנג.

8 זינד געזינדיקט האָט ירושָלַיִם,

דערום איז זי פֿאַר אַן אומרײנער געװאָרן;

אַלע װאָס האָבן זי געאַכט, פֿאַראַכטן זי,

װײַל זײ האָבן געזען איר שאַנד;

יאָ, זי אַלײן טוט זיפֿצן, און קערט זיך אַהינטער.

9 איר אומרײניקײט איז געװען אין אירע ברעגן,

זי האָט נישט געדאַכט אָן איר סוף;

דערום האָט זי װוּנדערלעך גענידערט,

זי האָט נישט קײן טרײסטער.

זע, ה׳, מײַן פּײַן,

װאָרעם דער שׂונא טוט זיך גרײסן.

10 דער פֿײַנט האָט אױסגעשפּרײט זײַן האַנט

אױף אַלע אירע גלוסטיקײטן;

װאָרעם זי האָט געזען װי די פֿעלקער

זײַנען געקומען אין איר הײליקטום,

די װאָס דו האָסט באַפֿױלן,

זײ זאָלן אין דײַן עדה נישט קומען.

11 דאָס גאַנצע פֿאָלק אירס זיפֿצט, זײ זוכן ברױט;

זײערע גלוסטיקײטן האָבן זײ אַװעקגעגעבן פֿאַר שפּײַז,

דעם נפֿש צו דערקװיקן.

זע, ה׳, און קוק

װי נידעריק איך בין געװאָרן.

12 נישט געשען זאָל עס אײַך, אַלע װעגגײער!

טוט אַ קוק, און זעט,

צי איז דאָ אַ װײטאָג װי מײַן װײטאָג,

װאָס איז מיר אָנגעטאָן געװאָרן,

װען ה׳ האָט מיך פֿאַראומערט,

אין טאָג פֿון זײַן גרימצאָרן.

13 פֿון דער הײך האָט ער אַראָפּגעשיקט אַ פֿײַער

אין מײַנע בײנער, און זײ באַװעלטיקט;

ער האָט פֿאַרשפּרײט אַ נעץ פֿאַר מײַנע פֿיס,

ער האָט מיך אַהינטער געקערט;

װיסט האָט ער מיך געמאַכט, קראַנק אַ גאַנצן טאָג.

14 פֿאַרקניפּט מיט זײַן האַנט איז דער יאָך פֿון מײַנע זינד;

זײ פֿלעכטן זיך, זײ לײגן זיך אַרױף אױף מײַן האַלדז;

ער האָט געמאַכט שטרױכלען מײַן כּוֹח;

אֲדֹנָי האָט מיך געגעבן אין הענט,

אַז איך קען נישט אױפֿשטײן.

15 אֲדֹנָי האָט געמאַכט צונישט

אַלע מײַנע גיבוֹרים אין מיר;

ער האָט גערופֿן אױף מיר אַן אײַנזאַמלונג,

צו צעברעכן מײַנע יונגעלײַט;

װי אַ קעלטער האָט אֲדֹנָי געטרעטן,

די יונגפֿרױ טאָכטער יהוּדה.

16 דערױף טו איך װײנען,

מײַן אױג, מײַן אױג רינט װאַסער;

װאָרעם װײַט איז אַ טרײסטער פֿון מיר,

װאָס זאָל דערקװיקן מײַן זעל;

מײַנע קינדער זײַנען פֿאַרװיסט,

װאָרעם דער שׂונא האָט איבערגעשטאַרקט.

17 צִיוֹן צעשפּרײט אירע הענט,

זי האָט נישט קײן טרײסטער;

ה׳ האָט באַפֿױלן אַקעגן יעקבֿ

רונד אַרום אים זײַנע פֿײַנט;

ירושָלַיִם איז געװאָרן פֿאַר אַן אומרײנער צװישן זײ.

18 ה׳ איז גערעכט,

װאָרעם איך האָב װידערשפּעניקט זײַן מױל;

הערט, אַלע פֿעלקער, איך בעט אײַך,

און זעט צו מײַן װײטאָג:

מײַנע בחורים און מײַנע מײדלעך

זײַנען אַװעק אין געפֿאַנגענשאַפֿט.

19 איך האָב גערופֿן מײַנע ליבהאָבער,

האָבן זײ מיך אָפּגענאַרט;

מײַנע כּהנים און מײַנע עלטסטע

זײַנען אױסגעגאַנגען אין שטאָט,

װען זײ האָבן שפּײַז זיך געזוכט,

זײ זאָלן זײער נפֿש דערקװיקן.

20 זע, ה׳, װי מיר איז ענג,

מײַנע אינגעװײד ברענען,

מײַן האַרץ קערט זיך איבער אין מיר,

װײַל װידערשפּעניקן האָב איך װידערשפּעניקט;

דרױסן נעמט אַװעק די שװערד,

אין הױז איז װי דער טױט.

21 זײ האָבן געהערט װי איך זיפֿץ,

אָבער איך האָב נישט קײן טרײסטער;

אַלע מײַנע שָׂונאים האָבן געהערט מײַן אומגליק,

זײ פֿרײען זיך װאָס דו האָסט דאָס געטאָן,

ברענג דעם טאָג װאָס דו האָסט אָנגעזאָגט,

און זאָלן זײ װערן װי איך!

22 זאָל קומען אַל זײער בײז פֿאַר דיר,

און טו צו זײ

אַזױ װי דו האָסט צו מיר געטאָן,

פֿאַר אַלע מײַנע זינד;

װאָרעם פֿיל זײַנען מײַנע זיפֿצן,

און מײַן האַרץ איז קראַנק.

Veja também

Publicidade
Lamentações
Ver todos os capítulos de Lamentações
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-