1 און שָאולס זון האָט געהערט, אַז אַבֿנֵר איז אומגעקומען אין חֶבֿרוֹן, און זײַנע הענט זײַנען שלאַף געװאָרן, און גאַנץ יִשׂרָאֵל זײַנען דערשראָקן געװאָרן.
2 און שָאולס זון האָט געהאַט צװײ הױפּטלײַט פֿון מחנות; דער נאָמען פֿון אײנעם איז געװען בַעַנָה, און דער נאָמען פֿון צװײטן רֵכָבֿ, זין פֿון רִמוֹן דעם באֵרוֹתער, פֿון די קינדער פֿון בנימין; װאָרעם אױך באֵרוֹת װערט גערעכנט צו בנימין; 3 און די באֵרוֹתער זײַנען אַנטלאָפֿן קײן גִתַּיִם, און זײַנען דאָרטן געבליבן װױנער ביז אױף הײַנטיקן טאָג.
4 און יהוֹנָתָן דער זון פֿון שָאולן האָט געהאַט אַ זון אַ לאָמען אױף די פֿיס. ער איז געװען פֿינף יאָר אַלט, װען די הערונג װעגן שָאולן און יהוֹנָתָנען איז אָנגעקומען פֿון יִזרְעֶאל. האָט אים זײַן נאַם אױפֿגעהױבן און איז געלאָפֿן: איז, אין איר אײַלעניש צו אַנטלױפֿן, איז ער געפֿאַלן און איז הינקעדיק געװאָרן. און זײַן נאָמען איז געװען מפֿיבֿוֹשת.
5 זײַנען געגאַנגען די זין פֿון רִמוֹן דעם באֵרוֹתער, רֵכָבֿ און בַעַנָה, און זײ זײַנען געקומען אין דער היץ פֿון טאָג צום הױז פֿון איש-בוֹשֶתן, בעת ער האָט געשלאָפֿן דעם מיטאָגשלאָף. 6 און זײ זײַנען אַרײַנגעגאַנגען אינעװײניק אין הױז װי קױפֿער פֿון װײץ, און האָבן אים געשלאָגן אין בױך; און רֵכָבֿ און זײַן ברודער בַעַנָה זײַנען אַנטרונען געװאָרן. 7 און אַז זײ זײַנען אַרײַן אין הױז, װען ער איז געלעגן אױף זײַן בעט אין זײַן שלאָפֿקאַמער, און האָבן אים געשלאָגן און געטײט, האָבן זײ אָפּגעשניטן זײַן קאָפּ; און זײ האָבן גענומען זײַן קאָפּ, און זײַנען געגאַנגען מיטן װעג פֿון פּלױן אַ גאַנצע נאַכט. 8 און זײ האָבן געבראַכט דעם קאָפּ פֿון איש-בוֹשֶתן צו דָוִדן קײן חֶבֿרוֹן, און זײ האָבן געזאָגט צום מלך: אָט איז דער קאָפּ פֿון איש-בוֹשֶת דעם זון פֿון שָאול דײַן פֿײַנט װאָס האָט געזוכט דײַן לעבן; און ה׳ האָט הײַנטיקן טאָג געגעבן מײַן האַר דעם מלך אַ נקמה אָן שָאולן און אָן זײַן זאָמען.
9 האָט דָוִד געענטפֿערט רֵכָבֿן און זײַן ברודער בַעַנָהן, די זין פֿון רִמוֹן דעם באֵרוֹתער, און ער האָט צו זײ געזאָגט: אַזױ װי עס לעבט ה׳ װאָס האָט אױסגעלײזט מײַן זעל פֿון יעטװעדער צרה, 10 אַז דער װאָס האָט מיר דערצײלט, אַזױ צו זאָגן: זע, שָאול איז טױט, און ער איז געװען װי אַ בשׂורה-ברענגער אין זײַנע אױגן, האָב איך אים אָנגענומען, און האָב אים געהרגעט אין ציקלַג, אַנשטאָט װאָס איך זאָל אים געבן בשׂורה-געלט. 11 הײַנט װי נאָך אַז מענטשן רשעים האָבן געהרגעט אַן אומשולדיקן מענטשן אין זײַן הױז אױף זײַן געלעגער, זאָל איך אַצונד נישט מאָנען זײַן בלוט פֿון אײַער האַנט, און אײַך אָפּראַמען פֿון דער ערד?
12 און דָוִד האָט באַפֿױלן די יונגען, און זײ האָבן זײ געהרגעט, און אָפּגעהאַקט זײערע הענט און זײערע פֿיס, און זײ אױפֿגעהאַנגען בײַם טײַך אין חֶבֿרוֹן. און דעם קאָפּ פֿון איש-בוֹשֶתן האָבן זײ גענומען און באַגראָבן אין דעם קבֿר פֿון אַבֿנֵרן אין חֶבֿרוֹן.