1 און דאָס זײַנען די לעצטע װערטער פֿון דָוִדן:
די רײד פֿון דָוִד דעם זון פֿון יִשַין,
די רײד פֿון דעם מאַן װאָס איז הױך געשטעלט,
דעם געזאַלבטן פֿון אלוקי יעקבֿן,
און דעם זיסן זינגער פֿון יִשׂרָאֵל:
2 דער גײַסט פֿון ה׳ רעדט דורך מיר,
און זײַן װאָרט איז אױף מײַן צונג.
3 אלוקי יִשׂרָאֵל האָט געזאָגט,
דער פֿעלדז פֿון יִשׂרָאֵל האָט צו מיר גערעדט:
אַ געװעלטיקער איבער מענטשן דאַרף זײַן
אַ צדיק װאָס געװעלטיקט מיט יִרְאַת אלֹקים,
4 און װי ליכט פֿון פֿרימאָרגן װען די זון גײט אױף –
אַ פֿרימאָרגן אָן װאָלקן,
װען פֿון שײַן נאָכן רעגן
שפּראָצט דאָס גראָז פֿון דער ערד.
5 פֿאַר װאָר, איז נישט פֿעסט מײַן הױז פֿאַר אֵל?
װײַל אַן אײביקן ברית האָט ער מיר געמאַכט,
צוגעברײט אין אַלעם און אָפּגעהיט;
פֿאַר װאָר, אַל מײַן הילף און אַל מײַן באַגער
צי מאַכט ער נישט שפּראָצן?
6 אָבער די נידערטרעכטיקע זײַנען אַלע
װי דערנער אַװעקגעװאָרפֿענע
װאָס מען קען מיט דער האַנט נישט אָננעמען;
7 און װיל עמעצער זײ אָנרירן,
באַװאָרנט ער זיך מיט אַן אײַזן
אָדער אַ האָלץ פֿון אַ שפּיז;
און פֿאַרברענט מיט פֿײַער
װערן זײ פֿאַרברענט אױפֿן אָרט.
8 דאָס זײַנען די נעמען פֿון די גיבוֹרים װאָס דָוִד האָט געהאַט: יוֹשֵבֿ-בַשֶבֿת, אַ תַּחכּמוֹני, דער הױפּטמאַן פֿון די עלטסטע, דאָס איז עַדינוֹ דער עצני; אױף אַכט הונדערט מאַן, דערשלאָגן מיט אײן מאָל.
9 און נאָך אים איז געװען אֶלעָזָר בן דוֹדוֹ בן אַחוֹחי, פֿון די דרײַ גיבוֹרים מיט דָוִדן, װען זײ האָבן זיך אײַנגעשטעלט אַקעגן די פּלִשתּים, װאָס האָבן זיך דאָרטן אײַנגעזאַמלט אױף מלחמה, און די מענער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען געװען אַװעקגעגאַנגען; 10 און ער איז אױפֿגעשטאַנען, און האָט געשלאָגן צװישן די פּלִשתּים ביז זײַן האַנט איז מיד געװאָרן, און זײַן האַנט האָט זיך צוגעקלעפּט צום שװערד. און ה׳ האָט געטאָן אַ גרױסע ישועה אין יענעם טאָג, און דאָס פֿאָלק האָט זיך אומגעקערט נאָך אים, בלױז אױסצוטאָן.
11 און נאָך אים איז געװען שַמָה דער זון פֿון אָגֵאן, פֿון הָרָר. די פּלִשתּים האָבן זיך געהאַט אײַנגעזאַמלט אין אַ מחנה; און דאָרטן איז געװען אַ שטיק פֿעלד פֿול מיט לינדזן; און דאָס פֿאָלק איז אַנטלאָפֿן פֿון די פּלִשתּים; 12 האָט ער זיך געשטעלט אין מיטן פֿון דעם שטיק לאַנד, און האָט עס מציל געװען; און ער האָט געשלאָגן די פּלִשתּים, און ה׳ האָט געטאָן אַ גרױסע ישועה.
13 און דרײַ פֿון די דרײַסיק הױפּטלײַט האָבן אַראָפּגענידערט און זײַנען געקומען אין שניטצײַט צו דָוִדן צו דער הײל פֿון עַדולָם; און די מחנה פֿון די פּלִשתּים האָט געלאַגערט אין טאָל רפֿאים. 14 און דָוִד איז דענצמאָל געװען אין דער פֿעסטונג, און די װאַך פֿון די פּלִשתּים איז דענצמאָל געװען אין בֵית-לֶחֶם. 15 האָט דָוִד געגלוסט, און ער האָט געזאָגט: װען מיר גיט װער טרינקען װאַסער פֿון דעם ברונעם פֿון בֵית-לֶחֶם װאָס אין טױער! 16 האָבן די דרײַ גיבוֹרים אַרײַנגעבראָכן אין לאַגער פֿון די פּלִשתּים, און זײ האָבן אָנגעשעפּט װאַסער פֿון דעם ברונעם פֿון בֵית-לֶחֶם װאָס בײַם טױער, און גענומען און געבראַכט צו דָוִדן. אָבער ער האָט עס נישט געװאָלט טרינקען, און האָט עס אױסגעגאָסן צו ה׳. 17 און ער האָט געזאָגט: חלילה מיר, ה׳, אַז איך זאָל דאָס טאָן! דאָס בלוט פֿון די מענטשן װאָס זײַנען געגאַנגען מיט דער סכּנה פֿון זײער לעבן? און ער האָט עס נישט געװאָלט טרינקען. דאָס האָבן געטאָן די דרײַ גיבוֹרים.
18 און אַבֿישַי, יוֹאָבֿס ברודער, דער זון פֿון צרוּיָהן, ער איז געװען דער הױפּט פֿון די דרײַ; און ער האָט אױפֿגעהױבן זײַן שפּיז אױף דרײַ הונדערט און זײ דערשלאָגן; ער האָט געהאַט אַ שם צװישן די דרײַ.
19 פֿון די דרײַ איז ער געװען דער אָנגעזעענסטער, און ער איז בײַ זײ געװאָרן צום עלטסטן, אָבער צו די דרײַ איז ער נישט געקומען.
20 און בנָיָהוּ דער זון פֿון יהוֹיָדָען, דער זון פֿון אַ העלדישן מאַן, גרױס אין אױפֿטוען, פֿון קַבֿצְאֵל, ער האָט געשלאָגן די צװײ העלדן פֿון מוֹאָבֿ, און ער האָט אַראָפּגענידערט און האָט דערשלאָגן אַ לײב אין אַ גרוב, אין אַ טאָג פֿון שנײ. 21 און ער האָט דערשלאָגן אַ מִצרישן מאַן, אַ מאַן אָנצוקוקן; און אין דעם מיצריס האַנט איז געװען אַ שפּיז, און ער האָט אַראָפּגענידערט צו אים מיט אַ רוט; האָט ער אַרױסגעריסן דעם שפּיז פֿון דעם מיצריס האַנט, און האָט אים געהרגעט מיט זײַן אײגענעם שפּיז.
22 דאָס האָט געטאָן בנָיָהוּ דער זון פֿון יהוֹיָדָען, און ער האָט געהאַט אַ שם צװישן די דרײַ גיבוֹרים. 23 ער איז געװען מער אָנגעזען פֿון די דרײַסיק, אָבער צו די דרײַ איז ער נישט געקומען. און דָוִד האָט אים אױפֿגעזעצט איבער זײַן לײַבװאַך.
24 עַשָׂהאֵל, יוֹאָבֿס ברודער, איז געװען צװישן די דרײַסיק; אֶלחָנָן דער זון פֿון דוֹדוֹן פֿון בֵית-לֶחֶם; 25 שַמָה פֿון חַרוד; אֶליקאָ פֿון חַרוד;
26 חֶלֶץ פֿון פֶּלֶט; עִיראָ דער זון פֿון עִקֵשן פֿון תּקוֹעַ; 27 אַבֿיעֶזֶר פֿון עַנָתוֹת; מבֿוּנַי פֿון חוּשָה; 28 צלמון פֿון אַחוֹח; מַהרַי פֿון נטוֹפֿה;
29 חלבֿ דער זון פֿון בַעַנָהן פֿון נטוֹפֿה; אִתַּי דער זון פֿון ריבֿין פֿון גִבֿעָה פֿון די קינדער פֿון בנימין; 30 בנָיָהוּ פֿון פּרעָתוֹן; הִדַי פֿון נַחֲלֵי-גַעַש; 31 אַבֿי-עַלבֿון פֿון עַרָבֿה; עַזמָוֶת פֿון בַרחום; 32 אֶליַחבאָ פֿון שַעַלבֿון; פֿון זין פֿון יָשֵן, יהוֹנָתָן; 33 שַמָה פֿון הָרָר; אַחיאָם דער זון פֿון שָרָרן פֿון אַרָר; 34 אֶליפֶֿלֶט דער זון פֿון אַחַסבַין; דער זון פֿון דעם מַעֲכָתי; אֶליִעָם דער זון פֿון אַחיתּוֹפֿלן פֿון גילוה; 35 חֶצרי פֿון כַּרמֶל; פַּעֲרַי פֿון אַרָבֿ; 36 יִגאָל דער זון פֿון נָתָנען פֿון צוֹבֿה; בָני דער גָדי;
37 צֶלֶק דער עַמוֹני; נַחרַי פֿון באֵרוֹת, דער װאַפֿנטרעגער פֿון יוֹאָבֿ דעם זון פֿון צרוּיָהן; 38 עִיראָ פֿון יֶתֶר; גָרֵבֿ פֿון יֶתֶר; 39 אוּרִיה דער חִתּי. אין אַלעמען זיבן און דרײַסיק.