Publicidade

2 Samuel 11

1 און עס איז געװען בײַם אומקער פֿון יאָר, אין דער צײַט װאָס די מלכים גײען אַרױס אױף מלחמה, האָט דָוִד געשיקט יוֹאָבֿן און זײַנע קנעכט מיט אים, און גאַנץ יִשׂרָאֵל, און זײ האָבן פֿאַרװיסט די קינדער פֿון עַמוֹן, און האָבן געלעגערט אױף רַבָה. און דָוִד איז געזעסן אין ירושָלַיִם.

2 און עס איז געװען קעגן אָװנטצײַט, איז דָוִד אױפֿגעשטאַנען פֿון זײַן געלעגער, און איז אַרומגעגאַנגען אױפֿן דאַך פֿון מלכס הױז, און האָט געזען פֿון דאַך אַ פֿרױ זיך באָדן; און די פֿרױ איז געװען זײער שײן פֿון אױסזען.

3 האָט דָוִד געשיקט און זיך נאָכגעפֿרעגט אױף דער פֿרױ, און מע האָט געזאָגט: דאָס איז דאָך בַת-שֶבֿע, די טאָכטער פֿון אֶליִעָמען, די װײַב פֿון אוּרִיה דעם חִתּי. 4 האָט דָוִד געשיקט שלוחים און האָט זי געלאָזט ברענגען, און זי איז צו אים געקומען, און ער איז געלעגן מיט איר; און זי האָט זיך נאָר װאָס געהאַט גערײניקט פֿון איר אומרײנקײט. און זי האָט זיך אומגעקערט אין איר הױז.

5 און די פֿרױ איז טראָגעדיק געװאָרן, און זי האָט געשיקט און דערצײלט דָוִדן, און געזאָגט: איך בין טראָגעדיק.

6 האָט דָוִד געשיקט צו יוֹאָבֿן: שיק צו מיר אוּרִיה דעם חִתּי. און יוֹאָבֿ האָט געשיקט אוּרִיהן צו דָוִדן. 7 איז אוּרִיה צו אים געקומען, און דָוִד האָט זיך נאָכגעפֿרעגט אױף דעם פֿריד פֿון יוֹאָבֿן, און אױף דעם פֿריד פֿון פֿאָלק, און אױף דעם גאַנג פֿון דער מלחמה. 8 און דָוִד האָט געזאָגט צו אוּרִיהן: נידער אַראָפּ צו דײַן הױז, און װאַש דײַנע פֿיס. איז אוּרִיה אַרױסגעגאַנגען פֿון מלכס הױז, און נאָך אים איז אַרױסגעגאַנגען אַ שפּײַזגעשאַנק פֿון דעם מלך. 9 אָבער אוּרִיה האָט זיך געלײגט בײַם אײַנגאַנג פֿון מלכס הױז מיט אַלע קנעכט פֿון זײַן האַר, און האָט נישט אַראָפּגענידערט צו זײַן הױז.

10 האָט מען דערצײלט דָוִדן, אַזױ צו זאָגן: אוּרִיה האָט נישט אַראָפּגענידערט צו זײַן הױז. און דָוִד האָט געזאָגט צו אוּרִיהן: דו קומסט דאָך פֿון װעג, פֿאַר װאָס האָסטו נישט אַראָפּגענידערט צו דײַן הױז? 11 האָט אוּרִיה געזאָגט צו דָוִדן: דער אָרון פֿון יִשׂרָאֵל און יהוּדה זיצן אין בײַדלעך, און מײַן האַר יוֹאָבֿ און די קנעכט פֿון מײַן האַר לאַגערן אױפֿן פֿרײַען פֿעלד, און איך זאָל קומען אין מײַן הױז צו עסן און צו טרינקען, און צו ליגן מיט מײַן װײַב? אַזױ װי דו לעבסט, און אַזױ װי דײַן זעל לעבט, אױב איך װעל טאָן די דאָזיקע זאַך!

12 האָט דָוִד געזאָגט צו אוּרִיהן: בלײַב דאָ אױך הײַנט, און מאָרגן װעל איך דיך אַװעקשיקן. איז אוּרִיה געבליבן אין ירושָלַיִם יענעם טאָג און אױף מאָרגן. 13 און דָוִד האָט אים גערופֿן, און ער האָט געגעסן בײַ אים און געטרונקען: און ער האָט אים אָנגעשיכּורט. אָבער אין אָװנט איז ער אַרױסגעגאַנגען זיך לײגן אױף זײַן געלעגער מיט די קנעכט פֿון זײַן האַר, און צו זײַן הױז האָט ער נישט אַראָפּגענידערט.

14 און עס איז געװען אין דער פֿרי, האָט דָוִד געשריבן אַ בריװ צו יוֹאָבֿן, און געשיקט דורך דער האַנט פֿון אוּרִיהן. 15 און ער האָט געשריבן אין דעם בריװ אַזױ צו זאָגן: שטעל אוּרִיהן אַקעגן דעם פֿראָנט פֿון דער שטאַרקסטער מלחמה, און קערט אײַך אָפּ פֿון הינטער אים, כּדי ער זאָל געשלאָגן װערן און שטאַרבן.

16 און עס איז געװען, אַז יוֹאָבֿ האָט געװאַכט אױף דער שטאָט, האָט ער אַװעקגעשטעלט אוּרִיהן אױף דעם אָרט װאָס ער האָט געװוּסט אַז דאָרטן זײַנען דאָ העלדישע לײַט. 17 און די מענער פֿון שטאָט זײַנען אַרױסגעגאַנגען, און האָבן מלחמה געהאַלטן מיט יוֹאָבֿן, און עס זײַנען געפֿאַלן פֿון דעם פֿאָלק, פֿון דָוִדס קנעכט, און אױך אוּרִיה דער חִתּי איז אומגעקומען.

18 און יוֹאָבֿ האָט געשיקט און דערצײלט דָוִדן אַלע געשעענישן פֿון דער מלחמה. 19 און ער האָט באַפֿױלן דעם שליח אַזױ צו זאָגן: אַז דו ענדיקסט דערצײלן דעם מלך אַלע געשעענישן פֿון דער מלחמה, 20 איז, אױב דער גרימצאָרן פֿון דעם מלך װעט אױפֿגײן, און ער װעט זאָגן צו דיר: נאָך װאָס האָט איר גענענט צו דער שטאָט מלחמה צו האַלטן? האָט איר נישט געװוּסט אַז זײ װעלן שיסן פֿון דער מױער?

21 װער האָט דערשלאָגן אַבֿימֶלֶך דעם זון פֿון ירוּבֶשֶתן? האָט נישט אַ פֿרױ אַראָפּגעװאָרפֿן אױף אים אַן אױבערשטן מילשטײן פֿון דער מױער, און ער איז געשטאָרבן אין תּבֿץ? נאָך װאָס האָט איר גענענט צו דער מױער? – זאָלסטו זאָגן: אױך דײַן קנעכט אוּרִיה דער חִתּי איז אומגעקומען.

22 איז געגאַנגען דער שליח, און ער איז געקומען און האָט דערצײלט דָוִדן אַלץ װעגן װאָס יוֹאָבֿ האָט אים געשיקט. 23 און דער שליח האָט געזאָגט צו דָוִדן: יאָ, די מענטשן זײַנען געװען שטאַרקער פֿון אונדז, און זײ זײַנען אַרױסגעגאַנגען צו אונדז אין פֿעלד, און מיר האָבן זיך געלאָזט אױף זײ ביזן אײַנגאַנג פֿון טױער. 24 און די שיסערס האָבן געשאָסן אױף דײַנע קנעכט פֿון דער מױער, און עס זײַנען אומגעקומען פֿון דעם מלכס קנעכט, און אױך דײַן קנעכט אוּרִיה דער חִתּי איז אומגעקומען.

25 האָט דָוִד געזאָגט צום שליח: אַזױ זאָלסטו זאָגן צו יוֹאָבֿן: זאָל נישט זײַן פֿאַרדראָסיק אין דײַנע אױגן די דאָזיקע זאַך, װאָרעם די שװערד פֿאַרצערט, אַזױ צי אַזױ; האַלט אָן דײַן מלחמה אַקעגן דער שטאָט, און צעשטער זי; און שטאַרק אים.

26 און די װײַב פֿון אוּרִיה דעם חִתּי האָט געהערט אַז איר מאַן אוּרִיה איז טױט, און זי האָט געקלאָגט אױף איר מאַן. 27 און װי די אַבֿלות איז אַריבער, אַזױ האָט דָוִד געשיקט און האָט זי אַרײַנגענומען אין זײַן הױז, און זי איז אים געװאָרן פֿאַר אַ װײַב. און זי האָט אים געבאָרן אַ זון. און די זאַך װאָס דָוִד האָט געטאָן, איז געװען שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-